אַ פּסח אין דאָרף

פסח בכפר
תרגום:
הקדמה

פסח בכפר הוא אחד משורה ארוכה של סיפורי החגים של שלום עליכם, שהתפרסמו ברובם לאורך העשור הראשון של המאה העשרים. מבחינה פואטית, סיפורי החגים, לצד הקבצים שנהוג לכנותם 'מעשיות לילדי ישראל', מציגים מודל לכאורה יותר שמרני בכתיבה של שלום עליכם. אלה סיפורים מאד 'מהוקצעים', שברובם שומרים על התקדמות עלילתית ליניארית שנמסרת מפי מספר כל יודע ― ולא הטכניקות הספרותיות המזוהות יותר עם הכתיבה של שלום עליכם: המונולוג, חילופי המכתבים והרומן בגוף ראשון.

כמו יתר הסיפורים שהוזכרו לעיל, גם 'פסח בכפר' מציע סיפור מר (בעיקר) ומעט מתוק, על מציאות עגומה ואלימה כמו גם חשוכה שבתוכה גדלו ילדים יהודים. כאן זהו סיפור התבגרותו של נער יהודי בתוך סביבה לא יהודית. קשרי החברות האמיצים שהוא קושר עם נער גוי, מעירים את כל הדעות הקדומות והחשוכות שספוגות בדמם של תושבי העיירה, גויים ויהודים כאחד. רק המילה פסח מעוררת את אימת עלילות הדם, הן אצל היהודים שזכרון פרעות פסח חקוק בלבם והן אצל הנוצרים שמוזנים על ידי סיפורים עממיים לפיהם מצות נאפות בדם ילדים ― דווקא המצות, שהיו המאכל החביב על פדקה. 

והזרם התת-קרקעי הזה הופך מה שמתחיל כסיפור פסח נאיבי לסיפור שנקרא גם כסיפור אימה. הנער הנוצרי שנוגס בהנאה במצה שהגיש לו חברו היהודי, טוען את הסצנה ואת הסיפור כולו באימה גותית שקטה שכמותה אפשר למצוא בסיפורי א"א פו. 

עוד מאז תרגומיהם הראשונים של ברנר, י"ד ברקוביץ וביאליק ליצירותיו של שלום עליכם בעשור הראשון של המאה הקודמת, האתגר שבלספר את סיפוריו של שלום עליכם בעברית עדכנית נותר משמעותי. גם מתרגם זה מבקש לתרום כאן את חלקו.

מתן חרמוני

שני ילדים מבלים בחוץ, תאריך לא ידוע
יידיש

א.
לאָזן װינטן בלאָזן. לאָזן שטורעמס פֿײַפֿן. לאָז די װעלט זיך קערן. אַן אַלטער דעמב, װאָס שטײט מששת־ימי־בראשית, װאָס זײַנע װאָרצלען דערגרײכן מי־יודע װוּהין ― װאָס הערט ער װינטן? װאָס הערט ער שטורעמס?…

דער אַלטער דעמב ― דאָס איז נישט קײן סימבאָל. דאָס איז אַ לעבעדיקער מענטש, װאָס זײַן נאָמען איז נחמן װערעביװקער פֿון װערעביװקע. אַ ייִד פֿון הױכן װוּקס, אַ ברײטבײניקער, אַ „גבֿר“. די שטאָטייִדן קוקן אויף אים און זײַנען אים מקנא, און צו גלײַכער צײַט מאַכן זײ פֿון אים חוזק: „שלום־עליכם, װאָס מאַכט עפּעס אַ ייִד אין געזונט?“… נחמן װײס, אַז מע לאַכט פֿון אים און פֿון זײַן „גדלע“, בײגט ער זיך אײַן, ער זאָל אױסקוקן אַ ביסל מער ייִדישלעך. נאָר עס העלפֿט װינציק. צו גרױס אױסגעװאַקסן.

אין װערעביװקע איז נחמן װערעביװקער אַן אַלט־געזעסענער. „נאַש לאַכמאַן“ ― אַזױ הײסט ער בײַ די װערעביװקער גױים, װאָס האַלטן אים פֿאַר נישט קײן שלעכטן מענטשן, פֿאַר אַ בר־שׂכל, האָבן ליב זיך דורכשמועסן מיט אים אַ מאָל גלאַט אַזױ פֿון בעל־הבתּישקײט. מע האַלט זיך מיט אים אַן עצה: װאָס טוט מען מיטן ברױט? ― „לאַכמאַן“ האָט אַ לוח, װײס ער, צי ברױט װעט הײַנטיקס יאָר זײַן װאָלװל, צי טײַער. און אַ מאָל ― פֿון װעלטזאַכן: „לאַכמאַן“ פֿאָרט אין שטאָט, זעט ער זיך מיט מענטשן, װײס ער, װאָס אויף דער װעלט טוט זיך… 

עס איז שװער גאָר פֿאָרצושטעלן זיך װערעביװקע אָן נחמן װערעביװקער. נישט נאָר דער טאַטע זײַנער, פֿײַטל װערעביװקער, איז געבױרן און געשטאָרבן אין װערעביװקע, נאָר אַפֿילו דער זײדע, אַריה עליו־השלום, געװען אַ ייִד אַ חכם און אַ װערטל־זאָגער, פֿלעגט זיך באַרימען, אַז דערפֿאַר הײסט דאָס דאָרף װערעביװקע, װײַל אַריה װערעביװקער װױנט דאָרטן, װאָרעם אײדער װערעביװקע איז נאָך געװען װערעביװקע, איז ער, אַריה װערעביװקער, שױן געװען אַ װערעביװקער… אַזױ פֿלעגט זאָגן דער זײדע זײַנער. אַמאָליקע ייִדן!

און געזאָגט האָט עס אַריה װערעביװקער, מײנט איר, גלאַט אַזױ? אַריה איז נישט געװען קײן פּראָסטער ייִד, װאָס זאָל זאָגן אַ גלײַכװערטל אָן אַ מײן. געמײנט האָט ער דאָס די „גזירות“. אין זײַנע צײַטן זײַנען אױך געװען גזירות אויף ייִדן. מע האָט נאָך דעמאָלט געהאַט געשמועסט, אַז מע װעט טרײַבן ייִדן פֿון די דערפֿער. און נישט נאָר געשמועסט, נאָר טאַקע געטריבן. אַלעמען האָט מען געטריבן און אַרױסגעטריבן. און דעם אַלטן אַריה װערעביװקער ― אַזאַס! אַ סבֿרה, אַז דער גובערנאַטאָר אַלײן האָט גאָרנישט געקאָנט מאַכן, װאָרעם אַריה װערעביװקער האָט אױסגעװיזן על־פּי „זאַקאָן“, אַז אים קאָן מען פֿון װערעביװקע אַזױ גרינג נישט רירן. אַמאָליקע ייִדן!

ב.
אַװדאי, אַז מע האָט אַזאַ פּריװילעגיע אויף צו זײַן אין װערעביװקע, אַ מין „זכות־אָבֿות“, איז מען בײַ זיך תּקיף און מע לאַכט פֿון דער גאַנצער װעלט. װאָס האַרט אונדזער נחמן װערעביװקער „גזירות“? „טשערטאַ“? „צירקולאַרן“?… װאָס הערט, אַ שטײגער, נחמן אַ גױ אַ רשע, קורעטשקאַ, מיט זײַנע פּיזמונות, װאָס ער ברענגט אים אַלע מאָל פֿון װאָלאָסט? קורעטשקאַ איז אַ גױעץ אַ נידעריקער מיט קורצע פֿינגער, גײט אָנגעטאָן אין אַ פּאָדיאָװקע, הױכע שטיװל, אַ זילבערנער קײט מיט אַ זײגער ― מעשׂה פּריץ. ער איז אַ שרײַבער אין װאָלאָסט. דעריבער װײס ער פֿון אַלע שװערע הערצער. דערצו לײענט קורעטשקאַ אַלע גוטע גאַזעטן, װאָס שרײַבן הײַנט מסירות אויף ייִדן ― פּעך און שװעבל!… קורעטשקאַ איז, אַזױ זיך, דװקא נישקשה פֿון אַ גױ. ער איז נחמנס אַ שכן און כּלומרשט אַ גוטער־ברודער. אַז קורעטשקאַן טוט װײ אַ צאָן, גיט אים „לאַכמאַן“ אַ שװענקעכץ. אָדער אַז קורעטשקאַס װײַב, למשל, גײט צו קינד און דאַרף געלעגן װערן, איז „לאַכמאַנקע“ בײַ איר די הייבאַם. נאָר עפּעס פֿון אַ צײַט, דער רוח זאָל אים װיסן, זינט ער האָט זיך אָנגעלײענט מיט די שײנע גאַזעטן, איז קורעטשקאַ געװאָרן גאָר אַן אַנדער גױ. „עשׂו האָט זיך אין אים צערעדט“… אַלע מאָל קומט ער צום ייִדן מיט אַ נײַס: „אַ נײַער גובערנאַטאָר“… „אַ נײַער צירקולאַר פֿונעם מיניסטער“… „אַ נײַע 'ראַספּאָריאַזשעניע' װעגן ייִדן“… דעם ייִדן רײַסט זיך טאַקע בעת־מעשׂה אָפּ אין האַרצן און עס װערט אים פֿאַרקילט אינעװײניק דער מאַמעס מילך, נאָר אַ מכּה דאַרף אַ גױ װיסן. און דער ייִד הערט אים אױס מיט אַ שמײכעלע און װײַזט אים אויף דער האַנט. װי אײנער רעדט: „װען דאָ װעט אױסװאַקסן האָר“…

לאָזן גובערנאַטאָרן זיך בײַטן, לאָזן מיניסטאָרן שרײַבן צירקולאַרן. װאָס געהער זיך עס אָן מיט נחמן װערעביװקער פֿון װערעביװקע?

ג.
לעבן לעבט נחמן װערעביװקער אין װערעביװקע גאַנץ נישקשהדיק. דאָס הײסט, צו די פֿריִעריקע יאָרן קומט דאָס נישט. אַװדאי אַז דער זײדע אַריה האָט געלעבט, איז געװען אַנדערע יאָרן. אױ, יאָרן! גאַנץ װערעביװקע איז דעמאָלט, קאָן מען זאָגן, געװען זײערס. נישט אײנע, נאָר עטלעכע פּרנסות האָבן זײ געהאַט: אַ שענק, אַ קלײט, אַ מיל, אַ קאַמער פֿון תּבֿואה. און פּרנסה איז געװען, טאַקע װי מע זאָגט, מיט טעלער און מיט לעפֿל. דאָס איז אָבער אַלץ געװען אַ מאָל. הײַנט האָבן זיך די אַלע זאַכן אױסגעלאָזט. אױס שענקען, אױס קלײטן, אױס קאַמערן פֿון תּבֿואה. גאָרנישט. גאָלע גאָרנישט. פֿרעגט זיך אַ קשיא: װי באַלד אַזױ, הײַנט װאָס זיצט אַ ייִד אין װערעביװקע? ― װוּ זשע דען זאָל ער זיצן? אין דער ערד? אַנו, לאָז נאָר נחמן אַ פּרוּװ טאָן פֿאַרקױפֿן די דירה ― װערט ער שױן אױס װערעביװקער. ער װעט שױן הײסן דעמאָלט אַן אײַנגעבעטענער. אַ פֿרעמדער. און אַזױ איז פֿאָרט אַן אײגן װינקל. אַ שטוב אַן אײגענע, אַ דירה אויף צו זיצן. און בײַ דער שטוב אַ גאָרטן. דאָס װײַב און די טעכטער אַרבעטן אַלײן דעם גאָרטן, און אַז גאָט העלפֿט, עס איז אַ גערעט, איז פֿאַראַן גרינס אַ גאַנץ זומער און קאַרטאָפֿליעס אויפֿן גאַנצן װינטער, ביז העט־העט נאָך פּסח. פֿון קאַרטאָפֿליעס אַלײן קאָן מען אָבער נישט לעבן. צו קאַרטאָפֿליעס, זאָגט מען, דאַרף מען האָבן ברױט. און קײן ברױט איז נישטאָ. נעמט מען דעם שטעקן און מע גײט זיך דורך איבערן דאָרף עפּעס האַנדלען. און אַז נחמן גײט זיך דורך איבערן דאָרף עפּעס האַנדלען, קומט ער שױן נישט אַהײם מיט לײדיקע הענט. װאָס גאָט גיט, דאָס קױפֿט ער: אַ ביסל אײַזנברעך, אַ טאָפּ הירזש, אַן אַלטן זאַק, אַניט ― איז גאָר אַ פֿעלכל. דאָס פֿעלכל ציט מען אױס, מע לופֿטערט דאָס דורך און מע טראָגט דאָס אַװעק צו אַבֿרהם־אליה דעם קירזשנער אין שטאָט אַרײַן. און פֿון די אַלע גליקן ― איז אָדער מע פֿאַרדינט, אָדער מע דערלײגט. דערױף איז מען אַ סוחר. „קופּעץ קאַק סטרעלעץ“ ― זאָגט נחמן, װאָס האָט ליב אַ גױיִש װערטל. און אַבֿרהם־אליה דער קירזשנער, אַ ייִד מיט אַן אונטערגעבלױטער נאָז און מיט שװאַרצע פֿינגער, װי אײַנגעטונקטע אין טינט, לאַכט פֿון אים, װאָס ער איז אַזױ װײַט פֿאַרגרעבט געװאָרן אין דאָרף, צווישן גױים, אַז אַפֿילו אַ װערטל איז בײַ אים אױך אַ גױיִשס…

ד.
יאָ, פֿאַרגרעבט געװאָרן. נחמן פֿילט אַלײן, אַז װאָס װײַטער ― װערט מען אַלץ מער פֿאַרגרעבט. אַװדאי, װען זײַן זײדע אַריה װערעביװקער, עליו־השלום, זאָל אױפֿשטײן און אַ קוק טאָן אויף זײַן אײניקל! אײַ־אײַ־אײַ! דאָס איז געװען אַ ייִד! אױך אַ גװאַרדיאַן, נאָר אַ ייִד פֿון תּורה. געקענט פּרק און מחזור און תּהילים אויף אױסװײניק. אַמאָליקע ייִדן! און ער, נחמן, װאָס קען? עס זאָל אײַך צו קײן חרפּה נישט זײַן ― קױם־קױם דאַװנען. נאָר גוט איז דאָס. זײַנע קינדער װעלן דאָס אױך ניט קענען… און טוט ער אַ קוק אויף די קינדער, װי זײ װאַקסן אַלע אין שטױבער אַרײַן, הױך און ברײט, אַזױ װי ער, און „ניע טשיטאַטע, ניע פּיסאַטע“, אױך אַזױ װי ער, ― װערט אים צען לעכער אין האַרצן. און מער װי אויף אַלעמען טוט אים װײ דאָס האַרץ אויף דעם סאַמע ייִנגסטן, אויפֿן מיזיניק. פֿײַטל הײסט ער. אַ נאָמען נאָך זײַן טאַטן, פֿײַטל װערעביװקער, עליו־השלום. אַ געראָטן קינד אָט דער פֿײַטל, מיט אַלע מעלות. אַפֿילו דער װוּקס אױך אַ קלענערער, אַן אײדעלער, מער ייִדישלעך. אַ ייִדיש קינד… הײַנט האָט דאָס אַ קעפּעלע ― אַ מיניסטערשן קאָפּ. סך־הכּל אײן מאָל נאָר האָט מען אים באַװיזן אין סידור אויף טשיקאַװעס אַן „אַלף“ מיט אַ „בית“, װײס ער שױן, װעלכער איז אַן „אַלף“ און װעלכע איז אַ „בית“. קײן מאָל װעט ער אײַך נישט זאָגן אויף אַן „אַלף“ ― אַ „בית“, און אויף אַ „בית“ ― אַן „אַלף“. װאַקסט אַזאַ גאָלד אין דאָרף, מישטײנס געזאָגט, צװישן קעלבלעך און חזירים, שפּילט זיך מיט קורעטשקאַס זונדל פֿעדקאַ, פֿאָרט מיט אים רײַטנדיק אויף אײן שטעקן, יאָגן זיך בײדע נאָך אײן קאַץ, גראָבן בײדע אײן גריבל און טוען בײדע אַלצדינג, װאָס קלײנע קינדער קאָנען טאָן. זעט נחמן, װי זײַן קינד שפּילט זיך מיטן „שרץ“, פֿאַרדריסט דאָס אים, און ער טריקנט, װי אַן אונטערגעהאַקטער בױם…

ה.
און פֿעדקאַ איז דװקא אַ „געראָטענער שײגעץ“, אַ „מחיהדיק פּנים מיט אַ חנעװדיקער מאָרדע“, מיט װײַסע פֿלאַקסענע האָר, אין אײנע יאָרן מיט פֿײַטלען. און איז נאָך פֿײַטלען די כּפּרה. און פֿײַטל אים האָט אױך נישט פֿײַנט. אַ גאַנצן װינטער ליגן די בײדע קינדער, יעדער בײַ זײַן טאַטן אויפֿן אױװן, ציִען זיך צום פֿענצטער און בענקען אײנס נאָך דאָס אַנדערע. זעלטן־זעלטן, װען זײ האָבן די זכיה צו זען זיך. נאָר אָט איז אַװעק דער װינטער, דער לאַנגער בײזער װינטער. אָט האָט זיך אױפֿגעדעקט די שװאַרצע ערד פֿון איר װייסן קאַלטן שלײער. און אַ שײַן האָט געטאָן די זון. און אַ טריקן האָט געטאָן דאָס װינטל. און אַ גרעזל האָט זיך באַװיזן. און דאָרטן, באַרג־אַראָפּ, דאָס טײַכל זשומעט. און דאָס קעלבל האָט צעלאָזט די נאָזלעכער און נישטערט. און דער האָן האָט צוגעמאַכט אײן אײגל און שטײט אַ פֿאַרטראַכטער. און אַלץ אַרום און אַרום האָט אױפֿגעלעבט, אַלץ גרינט, אַלץ פֿרײט זיך: ס'איז ערבֿ פּסח! ― דעמאָלט קאָן מען שױן מער נישט אײַנהאַלטן אין שטוב נישט פֿײַטלען, נישט פֿעדקאַן. בײדע כאַפּן זיך אַרױס אויף גאָטס װעלט, װאָס האָט זיך געעפֿנט פֿאַר זײ בײדן גלײַך. און בײדע נעמען זײ זיך פֿאַר די הענט און מע לאָזט זיך לױפֿן אַהין, צום באַרג, װאָס שמײכלט צו זײ בײדן גלײַך: „קינדער, אַהער!“… און מע שפּרינגט אַקעגן דער זון, װאָס גריסט זײ בײדן גלײַך און רופֿט זײ בײדן צו זיך: „קינדער, אַהער!“ און אַז זײ מידן זיך אײַן לױפֿנדיק, זעצן זײ זיך בײדע אַװעק אויף גאָטס ערד, װאָס װײס נישט קײן ייִדן, װאָס װײס נישט קײן גױ: „קינדער, צו מיר, צו מיר!“…

ו.
בײדע האָבן זײ װאָס צו דערצײלן ― אַזאַ לאַנגן װינטער נישט געזען זיך. פֿײַטל באַרימט זיך פֿאַר זײַן חבֿר פֿעדקאַ, אַז ער קען שױן כּמעט דעם גאַנצן אַלף־בית. און פֿעדקאַ באַרימט זיך, אַז ער האָט אַ בײַטש. באַרימט זיך פֿײַטל, אַז בײַ זײ איז הײַנט בײַ נאַכט פּסח. בײַ זײ איז שױן דאָ מצות אויף אַלע אַכט טאָג פּסח און װײַן אויף אַרבע־כּוסות. „געדענקסט, פֿעדקאַ, פֿאַר אַ יאָרן האָב איך אַרױסגעטראָגן אַ מצה?“ „מאַצאַ?“ ― זאָגט פֿעדקאַ און איבער זײַן חנעװדיקער מאָרדע צעגיסט זיך אַ ברײט שמײכעלע. אַ פּנים, ער האָט זיך דערמאָנט אינעם טעם פֿון דער פֿאַראַיאָריקער ייִדישער מצה… „ביסט אַ בעלן, פֿעדקאַ, פֿאַרזוכן איצט אַ שטיקל מצה? פֿרישע מצה?“ ― אַ שאלה אַ ביסל, אױב פֿעדקאַ איז אַ בעלן! מע דאַרף נאָך פֿרעגן? „נו, קום זשע אַהין“, זאָגט אים פֿײַטל און װײַזט אים אויפֿן באַרג, װאָס גרינט צו זײ און װינקט צו זײ: „אַהער, קינדער, אַהער!“… און בײדע דראַפּען זיך אַרױף אַ באַרג, בלײַבן שטײן אַ װײַלע פֿאַרכּישופֿט, קוקן דורך די פֿינגער אויף די שפּילנדיקע שיטערע שטראַלן פֿון דער ליבער זון און טוען זיך אַ װאָרף בײדע אויף דער נאָך פֿײַכטלעכער ערד, װאָס שמעקט שױן מיט גרינעם. און פֿײַטל שלעפּט אַרױס פֿון אונטערן לײַבסערדאַק אַ פֿרישע, אַ װײַסע, אַ קײַלעכיקע מצה, אָנגעשטאָכן אין דער לענג און אין דער ברײט פֿון בײדע זײַטן מיט קלײנע לעכעלעך. און פֿעדקאַ באַלעקט זיך שױן בײַ צײַטנס, נאָך אײדער פֿײַטל האָט צעשפּאָלטן די מצה פּונקט אויף דער האַלב און צעטײלט זיך מיט זײַן חבֿר. „װאָס װעסטו זאָגן, פֿעדקאַ, אויף דער מצה?“ ― װאָס זאָל פֿעדקאַ זאָגן, אַז ס'איז בײַ אים אַ פֿול מױל מיט מצה, װאָס טרעשטשעט אונטער די צײן און צעגײט אויף דער צונג, אַזױ װי שנײ? נאָך אײן מינוט ― און אױס מצה. „מער נישטאָ?“… ― טוט אים פֿעדקאַ אַ קוק אַרײַן מיט די גרױע אױגן אונטערן לײַבסערדאַק און באַלעקט זיך, װי אַ קאַץ נאָך פּוטער. „דו װאָלטסט דען געגעסן נאָך?“, ― פֿרעגט אים פֿײַטל תּמעװאַטע, קײַענדיק דאָס לעצטע שטיקל מצה, און קוקט אויף אים שעלמיש, מיט כיטרע שװאַרצע אייגלעך. אַ שאלה אַ ביסל, אױב פֿעדקאַ װאָלט געגעסן נאָך! „טאָ װאַרט אַ ביסל, זאָגט אים פֿײַטל, איבער אַ יאָר װעט זײַן נאָך“… בײדע צעלאַכן זיך פֿון דער המצאה און, נישט געזאָגט אײנער דעם אַנדערן קײן װאָרט, גלײַך װי מען האָט זיך צונױפֿגערעדט פֿריִער, טוען זיך בײדע אַ װאָרף און אַ קאַטשע אַראָפּ, װי צװײ קנױלן, גיך־גיך, באַרג־אַראָפּ.

יידיש עברית

תנו לרוחות לנשב. תנו לסופה ליילל. תנו לעולם לסוב על צירו. עץ אלון עתיק אחד, שניצב מאז ששת ימי בריאה, ושורשיו מגיעים מי יודע לאן. מה אכפת לו רוחות. מה לו ולסערות.

עץ האלון העתיק – אין כאן שום סימן. זהו אדם חי וחיוני ששמו נחמן וורביווקר מוורביווקה. יהודי מסוג היהודים גבוהי הקומה, רחבי הגרם. גבר. אנשי העיירה מביטים בו, ומקנאים, ומפעם לפעם גם מתבדחים על חשבונו: "שלום עליכם, מה שלומו של אדוני?" נחמן יודע שהם צוחקים על חוסנו וגודלו של גופו. הוא מרכין מעט את קומתו, מנסה להיראות קצת יותר יהודי. אלא שאין בזה יותר מדי תועלת עבור אדם גדול כל כך.

בוורביווקה, נחמן וורביווקר הוא בן המקום. 'נאש לחמן', לחמן שלנו, ככה מכנים אותו הגויים, שלא מחשיבים אותו לאדם רע, אלא לאדם בר-שכל. הם אוהבים לדבר אתו על ענייני משק הבית. מבקשים ממנו להשיא עצה: מה לעשות בלחם? 'לחמן', יש לו לוח שנה, הוא יודע אם הלחם יהיה בזול השנה או ביוקר. גם בקי בענייני העולם, בענייני העולם: 'לחמן' מסתובב בעיירה. מתרועע עם אנשים. הוא יודע מה מתרחש בעולם.

קשה לדמיין את וורביווקה בלי נחמן וורביווקר. לא רק שהאבא שלו, פייטל וורביווקר נולד ומת בוורביווקה, אפילו הסבא שלו, אריה עליו השלום שהיה יהודי חכם וממשיל משלים, נהג להתנאות בכך שלכפר קראו וורביווקה עוד לפני שוורביווקה היתה וורביווקה. כך נהג לספר הסבא שלו. יהודים של פעם.

ואתם חושבים שאריה וורביווקר סיפר את כל זה כך סתם? אריה לא היה יהודי פשוט שסיפר סיפורים בלי שתהייה שום כוונה שתסתתר מאחוריהם. הוא התכוון להתייחס אל ה'גזירות'. גם בזמנו שלו נגזרו גזירות על יהודים. עוד בימיו היו מדברים על כך שיגרשו יהודים מהכפרים. ולא רק דיברו. גם גירשו. את כולם גירשו וסילקו. ואריה וורביווקר הזקן – תיזהרו ממנו. רווחה אז הסברה, שגם מושל המחוז בכבודו ובעצמו לא יכול היה להזיז אותו ממקומו. מכיוון שבאריה וורביווקר נהגו על פי דין מימים ימיה: אותו לא יזיזו בקלות מוורביווקה. יהודים של פעם.

ב.
ודאי, כשלמישהו יש כזו פריווילגיה לשבת בוורביווקה מתוקף זכות אבות כגון זו, הוא הופך ל'תקיף,' בעל שררה, וצוחק על העולם כולו. ומה אכפת לנחמן שלנו מ'גזירות,' 'תחום מושב,' 'צירקולרן,' 'הגבלות תנועה?'

מה אכפת למשל לנחמן מגוי, רשע ששמו קורטשקה, עם הפזמונות שלו שאותו הוא מביא כל הזמן מעיר המחוז. קורטשקה הוא גוי, גוץ עם אצבעות קצרות, שמסתובב כשהוא לבוש במעיל עם מגפיים גבוהים, עם שרשרת כסף שמחוברת לשעון – כמו פריץ. הוא פקיד במחוז. לפיכך הוא יודע מכל העניינים החשובים. כמו כן, קורטשקה קורא את כל העיתונים החשובים כעת על הלשנות של יהודים, וממטירים פיח וגופרית על היהודים.

קורטשקה, עם זאת, הוא לא גוי כל כך גרוע. הוא שכנו של נחמן ולפיכך גם חברו הקרוב. כשלקורטשקה כואבת השן, 'לחמן' נותן לו לגרגר שיקוי. או למשל, כשאשתו של קורטשקה צריכה ללדת, לחמנק'ה משמש לה מיילדת. רק שמזמן לזמן, שתיקח אותו הרוח, קורטשקה ….. הופך לגוי מסוג אחר לגמרי. עשוֹ מדבר מגרונו. כל הזמן הוא מביא אתו בשורות חדשות ליהודים: מושל מחוז חדש. 'צירקולאר,' מסמך רשמי חדש מהשר. 'ראספאריאזשעניע,' צו חדש על דבר היהודים. והיהודים מאזינים לו בחיוך… ומציגים לפניו את כפות ידיהם, כאילו אומרים "כשעל אלה יצמחו שערות." שיתחלפו מושלי המחוז. שהשרים יכתבו צווים חדשים. מה כל זה קשור לנחמן וורביווקר מוורביווקה?

ג.
החיים של נחמן ורביווקר בוורביווקה הם לא לגמרי רעים. כלומר, זה לא כולל את השנים המוקדמות שלו. ודאי שהשנים שבהם הסבא אריה היה בחיים, היו שנים אחרות לגמרי. אוי. איזה שנים. אפשר לומר שכל וורביווקה היתה אז שייכת למשפחת וורביווקר. לא מקור פרנסה אחד היה להם אלא כמה וכמה פרנסות: בית מרזח, חנות, טחנת קמח, אסם תבואה. והפרנסה באה אז, כמו שאומרים, בצלחת עם מזלג. אבל כל זה שייך לזמנים עברו. היום כל הדברים האלה נעלמו ואינם. אין בית מרזח, אין חנות. אין אסם תבואה. גור-נישט, כלום עם כלום. נשאלת השאלה: כיצד אפוא מתגוררים יהודים עד היום בווורביווקה? ואיפה שיגורו. מתחת לאדמה? בקבר?

נו, רק תנו לנחמן לנסות לקנות דירה – והוא כבר לא וורביווקר. פתאום יכנו אותו זר. הוא יפנה אז וילך לפינה משלו. בית משלו. דירה לשבת בה. ולצד הבית גינה. האישה והבנות עובדות לבדן בגינה. ואלוהים עוזר ונותן יבול, ויש ירקות בקיץ, ותפוחי אדמה בחורף, כמעט עד פסח. אלא שרק מתפוחי אדמה אי אפשר לחיות. בשביל תפוחי אדמה, ככה אומרים, צריך שיהיה גם לחם. ולחם אין. לוקחים אפוא את המקל, ויוצאים לסחור בין בתי הכפר. וכשנחמן יוצא לסחור בכפר, הוא לא חוזר בידיים ריקות. מה שאלוהים נותן, הוא לוקח. גרוטאות ברזל, קדירת דוחן, שק ישן. ואם לא ― אז מוצאים איזו גווייה של צבי. פושטים לה את העור, מותחים אותו ונושאים אותו אל אברהם-אליה, הפרוון שבעיר. וכמו בכל דבר שמשחק בו המזל ― או שמרוויחים, או שמפסידים. בשביל זה נעשה אדם לסוחר. 'קופעץ קאק סטרעלעץ' סוחר ממולח, אומר נחמן, שאוהב ביטויים בשפת הגויים…. ואברהם-אליה הפרוון, יהודי עם אף שקצהו מכחיל ועם אצבעות שחורות, כמו שנטבלו בדיו, צוחק על חשבונו, על כך שבשעה שהוא גר בכפר, בין הגויים הוא הפך לבור גס עד כדי כך, שגם הביטויים שמשמשים אותו הם של גויים.

ד.
כן. הוא אכן הפך לבּוּר. נחמן חש בעצמו שככל שהוא גר במקום מבודד יותר, ככה הוא הופך לבור גדול יותר. אילו רק הסבא שלו, אריה וורביווקר עליו השלום, היה קם ומסתכל על הנכד שלו! איי איי איי! זה היה יהודי. גם גיבור חיל וגם יהודי של תורה. יודע בעל פה פרק ומחזור ותהלים. יהודים של פעם. והוא, נחמן, מה הוא יודע? שלא ייחשב לו לחרפה – בקושי בקושי מתפלל. וזה טוב. הילדים שלו אפילו את זה לא ידעו. והוא מסכל על הילדים, איך שהם גדלים, גבוהים ורחבים, בדיוק כמוהו, ו"נע טשיטאטע, נע פיסאטע" בלי תורה ובלי דעת, בדיוק כמוהו – עשרה חורים בלב נהיו לו. וכאב הלב הכי גדול זה הבן הכי צעיר, הבן זקונים. פייטל שמו. הוא קרא לו על שם אביו, פייטל וורביווקר עליו השלום. ילד מוצלח, פייטל. ניחן בכל המעלות. אפילו לא נעשה גבוה מדיי, יש לו גובה של יהודי. ילד יהודי. היום יש לו ראש קטן, ראש של שר. בסך הכל פעם אחת הראו לו בתוך סידור את האות אל"ף ואת האות בי"ת, וכבר הוא יודע להבדיל בין אל"ף ובי"ת. אף פעם הוא לא יגיד על אל"ף שהיא בי"ת ועל בי"ת שהיא אל"ף. צומח כזה זהב בכפר, בין עגלים וחזירים, משחק עם הבן של קורטשקה, פדקה, מסתובב אתו כשהם רכובים על מקל, רודפים אחרי חתול, חופרים בור ועושים יחד מה שילדים קטנים עושים. רואה נחמן, כיצד הילד שלו משחק עם 'שרץ,' 'גוי טמא,' והוא מתמלא צער. והוא מתייבש. כמו עץ שהופרד משורשיו.

ה.
ופדקה הוא דווקא שייגעץ די מוצלח יש לו מראה נחמד ופנים נאים, עם שיער בהיר כמו פשתן, והוא בן גילו של פייטל. והוא כפרתו של פייטל. נפשו נקשרה בנפש חברו. ופייטל בעצמו ממש לא שונא אותו. לאורך כל החורף יושבים שני הילדים, כל אחד ליד האבא שלו לפני האח, מתבוננים מהחלון, ומתגעגעים אחד אל השני. רק לעתים רחוקות ונדירות הם זוכים לראות זה את זה. אלא שאז חולף החורף. החורף הארוך והמרושע. והנה השילה מעצמה האדמה השחורה את המעטה הלבן שכיסה אותה. והשמש החלה לזרוח. והרוח הקלה החלה לנשב ולייבש את האדמה, והעשב החל לצמח וללבלב. ושם, במורד הגבעה, מי הנהר החלו לפכפך, והעגל פער את נחיריו והחל מרחרח. והתרנגול עצם עין אחת ועמד מהורהר. וכל האנשים סביב קמו כמו לתחייה, כולם חייכו, כולם צהלו ― זה ערב פסח! אי אפשר היה כבר להחזיק עוד אף אחד בתוך הבית, לא את פייטל, לא את פדקה. שניהם פרצו החוצה אל עולמו של הקב"ה, שנפתח ממש לכבודם. ולוקחים זה את ידו של זה ופונים אל ההר שקורא להם: "ילדים, לכאן!" … והם מדלגים אל מול השמש, שמברכת אותם וקוראת להם: "ילדים, בואו לכאן," והם רצים ומתרוצצים עד שהם מתעייפים. ואז הם מתיישבים שניהם על פני האדמה של אלוהים, שלא מבחינה בין ילדים, מי ילד יהודי ומי גוי: "ילדים בואו אליי."

ו.
לשניהם יש מה לספר זה לזה – חורף כל כך ארוך לא נראה מעולם. פייטל מתפאר בפני חברו פדקה שהוא כבר מכיר כמעט את כל האל"ף-בי"ת. ופדקה מתפאר בפניו שיש לו שוט. פייטל מתפאר בכך שאצלם כבר כמעט פסח. אצלם כבר יש מצות לכל שמונת ימים ויין לארבע כוסות. "זוכר, פדקה, איך בשנה שעברה הבאתי אתי מצה?" "מהה-צהה" אומר פדקה ועל פניו נמתח חיוך רחב. נראה שהוא נזכר בטעם של המצה היהודית מהשנה שעברה. "בוא, פדקה, נלך לחפש עכשיו חתיכת מצה? מצה טרייה?" איזו שאלה, אם פדקה מוכן… צריך בכלל לשאול? "נו, אז בוא אם כך לשם," אומר פייטל ומצביע על ההר שמחייך אליהם וקורץ להם "לכאן, ילדים, לכאן." ושניהם מעפילים אל ראש ההר, עומדים לרגע מכושפים, מביטים בעד לאצבעותיהם בקרניים הדקיקות, המרצדות, של השמש האהובה ומשתטחים על האדמה הלחה, שכבר מריחה מעשב ירוק. ופייטל מושך מתחת לכנפות המעיל שלו, מצה טרייה, לבנה, עגולה, מנומרת לאורכה ולרוחבה משני צדיה בחורים קטנים. ופדקה כבר מתלקק לו, כשפייטל חוצה את המצה בדיוק בנקודת האמצע וחולק עם חברו. "מה תגיד, פדקה, על המצה?" מה כבר יכול פדקה לומר, כשהפה שלו מלא במצה, שמתפצחת מתחת לשיניים, ונמסה מתחת ללשון, כמו השלג. עוד רגע אחד וחסל סדר מצה. "לא נשאר?" פדקה מסתכל בעיניו האפורות אל מתחת לכנפות המעיל, ומתלקק כמו חתול שאכל חמאה. "אתה רוצה לאכול עוד?" שואל פייטל בהיתממות, תוך שהוא לועס את חתיכת המצה האחרונה, ומביט בו בעיניים שחורות ערמומיות. איזו שאלה, אם פדקה רוצה עוד. "טוב, חכה קצת," אומר לו פייטל, "עוד שנה יהיה עוד." שניהם מצטחקים לנוכח הרעיון, ובלי לומר זה לזה מילה, בדיוק כמו שלא הפסיקו לדבר קודם לכן, הם פונים ועולים על המזחלת כמו שתי פקעות צמר קטנות, ומהר מהר יורדים במורד ההר.

עברית

The Passover Meal, Marc Chagall, 1956
יידיש

ז.

אויף יענער זײַט באַרג שטעלט מען זיך אויף די פֿיס און מע באַטראַכט דאָס זשומענדיקע טײַכל, װאָס לױפֿט אָפּ אין אַ זײַט, לינקס, און אַלײן לאָזט מען זיך רעכטס, װײַטער און װײַטער איבערן ברײטן פֿרײַען פֿעלד, װאָס איז נאָך נישט אומעטום גרין, נאָר גיט האָפֿענונג גאָר אין גיכן גרין צו װערן, װאָס שמעקט נאָך נישט מיט גראָז, נאָר גיט האָפֿענונג גאָר אין גיכן מיט גראָז צו שמעקן. און זײ גײען און גײען, שױן אָן װערטער, נאָר פֿאַרטראַכט און פֿאַרכּישופֿט, איבער דער װײכער שמעקנדיקער ערד, אונטער דער לײַכטנדיקער שמײכלענדיקער זון. נישט זײ גײען, נאָר זײ שװימען. און נישט זײ שװימען, נאָר זײ פֿליִען. זײ פֿליִען גלײַך מיט די פֿױגלען, װאָס שװעבן פֿאַר זײערע אױגן, װאָס טוקן זיך און טראָגן זיך אין דער גרינער לופֿט פֿון דער דאָזיקער ליבער װעלט, װאָס דער ליבער גאָט האָט באַשאַפֿן פֿאַר אַלץ, װאָס לעבט. שאַ, זײ זײַנען שױן בײַ דער מיל. דאָס איז דאָך דעם סטאַראָסטעס װינטמיל. אַ מאָל איז דאָ געװען נחמן װערעביװקערס מיל. הײַנט געהערט זי צום סטאַראָסטע. אָפּאַנאַס הײסט ער. אַ כיטרער גױ מיט אַן אױרינגל, און האָט שױן אַ סאַמאָװאַר אין שטוב. אָפּאַנאַס דער סטאַראָסטע איז אַ רײַכער בעל־גוף. אַחוץ דער מיל, האָט ער נאָך אַ קלײט אױך. טאַקע די קלײט, װאָס האָט געהערט אַ מאָל צו נחמן װערעביװקער. מיט כיטראָסט האָט ער אױסגעדונגען דעם ייִדן, צוגענומען בײַ אים די קלײט מיט דער מיל… אַלע מאָל, אַז עס קומט אין דער צײַט, גײט זי, די מיל. נאָר הײַנט נישט. הײַנט איז שטיל. נישטאָ קײן װינט. אַ מאָדנער פֿאַרפּסח. אַ פֿאַרפּסח אָן װינטן. דעריבער שטײט זי, די מיל. פֿאַר אונדזערע חבֿרים, פֿײַטל און פֿעדקאַ, איז דאָס דװקא אַ מעלה. אַז די מיל שטײט, קאָן מען זי בעסער באַטראַכטן. אין אַ מיל איז דאָ װאָס צו זען. די מיל אַלײן איז נאָך נישט אַזאַן אַנטיק, װי דער באַליק, דער קלאָץ, װאָס איז געלײגט געװאָרן, מיט אַ רעדל בײַם שפּיץ, אויף צו קערעװען די מיל אַהין, װוּ דער װינט בלאָזט. און אָט אויף דעם באַליק האָבן זיך די צװײ חבֿרים אַװעקגעזעצט, און ערשט דאָ האָט זיך אָנגעהױבן בײַ זײ אַ געשפּרעך, אײנס פֿון די געשפּרעכן, װאָס האָבן נישט קײן אָנהײב און האָבן נישט קײן סוף. פֿײַטל דערצײלט חידושים פֿון שטאָט. דער טאַטע האָט געהאַט אַנומלטן אים מיטגענומען אין שטאָט. געװען מיט אים אין מאַרק, געזען קלײטן. נישט אײן קלײט, װי בײַ זײ אין װערעביװקע, נאָר אַ סך קלײטן. און נאָך דעם, פֿאַר נאַכט, אַזױ דערצײלט פֿײַטל, זײַנען זײ געגאַנגען אין שול. דער טאַטע האָט געהאַט יאָרצײַט נאָך זײַן טאַטן. „נאָך מײַן זײדן, הײסט עס. דו פֿאַרשטײסט, פֿעדקאַ, צי דו פֿאַרשטײסט נישט?“

עס קאָן זײַן, אַז פֿעדקאַ פֿאַרשטײט, נאָר ער הערט נישט. װאָרעם ער פֿאָרט אַרײַן פּלוצעם מיט אַ מעשׂה, װאָס עס קלעפּט זיך, װי אַן אַרבעס צו דער װאַנט. פֿעדקאַ דערצײלט פֿײַטלען, װי אַזױ ער האָט פֿאַר אַ יאָרן דערזען אַ פֿױגלנעסט אויף אַ הױכן בױם. האָט ער געװאָלט אַרױף, האָט ער נישט געקאָנט. האָט ער געװאָלט דערלאַנגען מיט אַ שטעקן, האָט ער נישט געקאָנט. האָט ער גענומען װאַרפֿן שטײנדלעך, און האָט אַזױ לאַנג געװאָרפֿן, ביז ער האָט אַראָפּגעװאָרפֿן צװײ קלײנע פֿאַרבלוטיקטע פֿײגעלעך.

― דערהרגעט? ― זאָגט פֿײַטל מיט שרעק און פֿאַרקרימט זיך.

― יונגיטשקע. ― פֿאַרענטפֿערט זיך פֿעדקאַ.

― אָבער דערהרגעט?

― אָן פֿעדערלעך, געלע פּיסקעלעך, גראָבע בײַכעלעך.

― אָבער דערהרגעט? דערהרגעט?…

ח.

ס'איז שױן געװען נישט פֿרי, אַז אונדזערע יונגע חבֿרים, פֿײַטל און פֿעדקאַ, האָבן, נאָך דער זון אין הימל, זיך אַרומגעקוקט, אַז ס'איז שױן צײַט צו גײן אַהײם. פֿײַטל האָט שױן געהאַט פֿאַרגעסן, אַז הײַנט אויף דער נאַכט איז פּסח. האָט ער זיך דערמאָנט, אַז די מאַמע דאַרף אים נאָך אױסצװאָגן דאָס קעפּל און אָנטאָן נײַע הױזן. און ער האָט זיך געגעבן אַ כאַפּ אױף, און פֿעדקאַ נאָך אים, און בײדע האָבן זײ זיך געלאָזט מיט דער זעלבער פֿרישקײט און מיט דער זעלבער פֿרײד צוריק אַהײם. און בכדי אײנער זאָל נישט קומען פֿריִער און דער אַנדערער שפּעטער, האָט מען זיך, װי אמתע חבֿרים, גענומען פֿאַר די הענט און מע איז געפֿלױגן פֿײַל אױסן בױגן אין דאָרף אַרײַן. און אַז זײ זײַנען געקומען אין דאָרף אַרײַן, איז פֿאַר זײערע אױגן אַרױסגעטראָטן אַזאַ מין בילד:

נחמן װערעביװקערס שטוב איז באַלאַגערט מיט גױים און גױעס, שקצים און שיקסעס. קורעטשקאַ דער שרײַבער און אָפּאַנאַס דער סטאַראָסטע, דער סטאַרשינאַ און דער סאָטסקע און דער אוראַדניק ― אַלע דאָ. אַלע רעדן, אַלע פּילדערן. און נחמן מיט דער נחמנקע שטײען אין מיטן, טענהן עפּעס און מאַכן מיט די הענט. נחמן האָט אײַנגעבױגן זיך, װישט דעם שװײס מיט בײדע הענט. בײַ דער זײַט שטײען די עלטערע קינדער נחמנס, פֿינצטער װי די ערד… פּלוצעם בײַט זיך איבער דאָס גאַנצע בילד. אײנער טוט אַ װײַז אויף די צװײ יונגע חבֿרים, און דער גאַנצער עולם מיטן שרײַבער, מיטן סטאַרשינאַ, מיטן סטאַראָסטע, מיטן סאָטסקע, מיטן אוראַדניק בלײַבן שטײן, װי געלײמטע. נאָר אײן נחמן טוט אַ קוק אויפֿן עולם, גלײַכט זיך אױס מיט זײַנע ברײטע גװאַרדיאַנסקע פּלײצעס: „נו???“ ― און צעלאַכט זיך. און די נחמנקע טוט אַ פּליעסק מיט די הענט און הײבט גאָר אָן צו װײנען… דער סטאַראָסטע מיטן סטאַרשינאַ מיטן סאָטסקע מיטן אוראַדניק טרעטן אַרױס און גלײַך אויף זײ:

― װוּ זײַט איר געװען, אַזעלכע און אַזעלכע?

― װוּ מיר זײַנען געװען? בײַ דער מיל זײַנען מיר געװען. ……………………………………………………………………….

ט.

בײדע חבֿרים, אי פֿײַטל, אי פֿעדקאַ, האָבן געהאַט נאָך דעם זײער ערלעך אױסקומעניש. און בײדע האָבן נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר װאָס?

פֿײַטלען האָט דער טאַטע, ראשית־חכמה, אָפּגעשמיסן מיט דער יאַרמלקע: „אַ ייִנגעלע זאָל װיסן“. װאָס זאָל אַ ייִנגעלע װיסן?… און, אַ פּנים, פֿאַר רחמנות האָט אים די מאַמע צוגענומען פֿונעם טאַטנס הענט, אים אײַנגעטײלט פֿון איר זײַט אַ פּאָר סטוסאַקעס און טאַקע באַלד גענומען אים אױסצװאָגן דאָס שװאַרצע קעפּל אויף יום־טובֿ און האָט אַרײַנגעזעצט אים אין אַ פּאָר נײַע הייזלעך ― דער אײנציקער גאַרדעראָב זײַנער אויף פּסח ― און זי זיפֿצט. װאָס זיפֿצט זי?… און נאָך דעם הערט ער, װי די מאַמע זאָגט צום טאַטן: „אױ, גאָט זאָל העלפֿן, מע זאָל שױן איבערקומען אָט דעם יום־טובֿ! עס זאָל כאָטש אָפּלױפֿן גלאַט… עס װאָלט געמעגט אַװעק דער פּסח נאָך אײדער ער איז געקומען!“… און פֿײַטלס קאָפּ קאָן נישט פֿאַרשטײן, פֿאַר װאָס זאָל אַװעק דער פּסח אײדער נאָך ער איז געקומען?… און פֿײַטל ברעכט זיך דעם מוח. ער פֿאַרשטײט נישט דעם טאַטנס שמיץ. ער פֿאַרשטײט נישט דער מאַמעס קלעפּ. ער פֿאַרשטײט נישט, װאָס פֿאַר אַ מין ערבֿ־פּסח הײַנט איז אויף דער װעלט…

י.

און װי באַלד אַז פֿײַטלס ייִדיש קעפּל פֿאַרשטײט נישט, פֿאַרשטײט דאָך שױן פֿעדקאַ אַװדאי נישט, װאָס דאָ טוט זיך. פֿריִער האָט אים דער טאַטע קורעטשקאַ אָנגענומען פֿאַר דער גריװע, גוט אָנגעריסן אים די װײַסע פֿלאַקסענע האָר און נאָך געשענקט אַ פּאָר פּאַטיליטשניקעס אַ פּרידאַטיק. די פּאַטיליטשניקעס האָט פֿעדקאַ צוגענומען, װי אַ פֿילאָזאָף: ער איז שױן דערצו געװױנט געװאָרן. און ער הערט זיך צו, װי זײַן מאַמע רעדט מיט די גױעס און װי יענע דערצײלן עפּעס מאָדנע מעשׂיות. אַ מעשׂה פֿון אַ קינד, װאָס ייִדן האָבן פֿאַרנאַרט צו זיך אין שטאָט ערבֿ־פּסח, אָפּגעהאַלטן אין אַ קעלער אַ טאָג מיט אַ נאַכט און געװאָלט אים נעמען צו דער אַרבעט. האָט מען דערהערט דאָס געשרײ, איז מען זיך צונױפֿגעלאָפֿן, און מע האָט אַרױסגעראַטעװעט דאָס קינד. איז שױן זענען בײַ דעם סימנים אויפֿן לײַב ― פֿיר שטעך אין פֿיר זײַטן, װי אַ צלם…

אַזױ דערצײלט אײנע אַ כװאַטסקע גױע מיט אַ ברײטן אָטשיפּיק און מיט אַ רױט פּנים. און די איבעריקע גױעס הערן זי אױס און שאָקלען מיט די פֿאַרבונדענע קעפּ און צלמען זיך: „אױ, האָרענקאָ! אױ, לישענקאָ!“… און פֿעדקאַס קאָפּ קאָן נישט פֿאַרנעמען, װאָס קוקן אויף אים בעת־מעשׂה די גױעס? און װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט די מעשׂה צו אים און צו פֿײַטלען? און פֿאַר װאָס האָט אים דער טאַטע קורעטשקאַ אָנגענומען בײַ דער גריװע, אָנגעריסן בײַ די װײַסע פֿלאַקסענע האָר און געשענקט אַ פּאָר פּאַטיליטשניקעס אַ פּרידאַטיק? עס אַרט אים נישט אַזױ די גריװע, עס אַרט אים נישט אַזױ די פּאַטיליטשניקעס. דאָס איז ער ניט זשעדנע קײן מאָל, ער װאָלט נאָר אַ בעלן זײַן װיסן: פֿאַר װאָס עפּעס הײַנט אַזאַן־אָרנטלעכע פּאָרציע ― אי געטראָגן פֿאַר דער גריװע, אי געריסן בײַ די האָר, אי פּאַטיליטשניקעס אַ פּרידאַטיק? פֿאַר װאָס?… פֿאַר װאָס?…

יא.

 ……………………………………………………………….

― נו? ― הערט פֿײַטל, װי דער טאַטע זאָגט צו דער מאַמע באַלד נאָך פּסח מיט אַ שײַנענדיק פּנים, גלײַך װי עס װאָלט אים געטראָפֿן מי־יודע װאָס פֿאַר אַ גליק. ― אַיאָ? דו האָסט דאָך אײַנגעלײגט די װעלט? דו האָסט דאָך מורא געהאַט?… אַ ייִדענע בלײַבט אַ ייִדענע. אַװעק אונדזער פּסח און זײער פּסח, און גאָרנישט!…

― דאַנקען גאָט! ― ענטפֿערט אים די מאַמע, און פֿײַטל פֿאַרשטײט װידער נישט, װאָס האָט די מאַמע מורא געהאַט?… און װאָס איז דאָ די גדולה, װאָס דער פּסח איז אַװעק?… װאָלט דען נישט בעסער געװען, דער פּסח זאָל זיך נאָך ציִען און ציִען?…

פֿײַטל באַגעגנט זיך מיט פֿעדקאַן אין דרױסן בײַ זײער שטוב, קאָן ער זיך נישט אײַנהאַלטן און גיט אים באַלד איבער אַלצדינג, װי אַזױ מע האָט בײַ זײ געדאַװנט, און נאָך דעם ― װי מע האָט בײַ זײ געגעסן. אױ, געגעסן! און ער גיט אים איבער דעם טעם פֿון אַלע פּסחדיקע מאכלים, װאָס מע האָט בײַ זײ געגעסן, און פֿון דעם זיסן װײַן, װאָס מע האָט בײַ זײ געטרונקען. און פֿעדקאַ הערט זיך צו מיט קאָפּ און פֿאַרקוקט צו פֿײַטלען אונטערן לײַבסערדאַק. אים חלומט זיך נאָך אַלץ „מאַצאַ“… פּלוצעם לאָזט זיך הערן איבער דער גאַנצער גאַס אַ קװיטש מיט אַ ניגון אויף אַ סאָפּראַן־שטימע:

― כװעד־קאַ! כװעד־קאַ!

דאָס רופֿט די מאַמע אַהײם דעם קלײנעם פֿעדקאַ, ער זאָל גײן עסן װאַרעמעס. נאָר פֿעדקאַ כאַפּט זיך נישט. איצט װעט מען אים שױן נישט טראָגן פֿאַר דער גריװע! ערשטנס, זײַנען זײ דאָך נישט בײַ דער מיל. און צװײטנס, איז שױן „נאָך פּסח“… נאָך פּסח איז נישטאָ װאָס מורא צו האָבן פֿאַר די ייִדן… ליגט ער זיך דאָ אין דרױסן אויפֿן בױך מיטן װײַסן קעפּל אויף די הענט, און אַקעגן אים ליגט פֿײַטל אױך אויפֿן בױך מיטן שװאַרצן קעפּל אויף די הענט. און דער הימל איז בלױ, און די זון װאַרעמט. און דאָס װינטל גלעט און שפּילט זיך. און דאָס קעלבל איז בײַ דער זײַט, און דער האָן איז דאָ מיט אַלע זײַנע װײַבער. און בײדע קעפּלעך, דאָס װײַסע מיטן שװאַרצן, ליגן אָנגעשפּאַרט אויף די הענט, און מע רעדט, און מע רעדט, און מע רעדט, און מע קאָן זיך גאָר נישט אָנרעדן…

יב.

און נחמן װערעביװקער איז נישטאָ אין דער הײם. ער האָט זיך גענומען דעם שטעקן און האָט זיך פֿון גאַנץ פֿרי אָן געלאָזט גײן איבער דעם דאָרף עפּעס האַנדלען. בײַ יעדן הױף שטעלט ער זיך אָפּ. גיט אָפּ יעדן גױ דעם גוט־מאָרגן, רופֿט אָן יעדן באַזונדער בײַם נאָמען, רעדט זיך דורך פֿון אַלצדינג אין דער װעלט, נאָר נישט פֿון דער פּסחדיקער מעשׂה… נאָר נישט פֿון די פּסחדיקע פּחדים… און פֿאַרן אַװעקגאַנג שױן טוט ער אַ טאַפּ אין װאָגן: „געפֿינט זיך נישט בײַ דיר, גױ, עפּעס אַ זאַך, װאָס דו דאַרפֿסט נישט?“ „נישטאָ, לאַכמאַן“. „אײַזנברעך, אַ ביסל הירזש, אַן אַלטע זאַך, אָדער גאָר אַ פֿעלכל?“ „האָב קײן פֿאַראיבל נישט, לאַכמאַן, נישטאָ גאָרנישט. אַ ביטערע צײַט“. „אַ ביטערע צײַט? פֿאַרשיכּורט מן־הסתּם? אַזאַ יום־טובֿ!“… „װער מיר שיכּורט? װאָס מיר יום־טובֿ? אַ ביטערע צײַט!“…

דער גױ זיפֿצט, און נחמן זיפֿצט אױך. און נאָך דעם רעדט מען אַ ביסל פֿון זײַטיקע זאַכן, אַזױ עס זאָל נישט אױסזען, אַז ער איז געקומען האַנדלען. גײט ער אַװעק פֿון דעם גױ צום אַנדערן, צום דריטן ― ביז ער טרעפֿט אָן עפּעס װאָס, און קומט אַהײם נישט מיט לײדיקע הענט.

און נחמן װערעביװקער, אַן אָנגעלאָדענער און אַ דערשװיצטער, שפּאַנט מיט זײַנע גרױסע גװאַרדיאַנסקע פֿיס אַהײם און קלערט איצט נאָר פֿון אײן זאַך: װיפֿל שטײט אים דאָ צו פֿאַרדינען, אָדער צו דערלײגן? פֿון דער ערבֿ־פּסחדיקער מעשׂה האָט ער שױן פֿאַרגעסן. פֿון די פּסחדיקע פּחדים האָט ער שױן פֿאַרגעסן. און דער שכן קורעטשקאַ מיט זײַנע גובערנאַטאָרן און מיט די צירקולאַרן זײַנען אין דער מינוט אַרױסגעפֿלױגן פֿונעם קאָפּ. ער האָט אים אין דער לינקער פּאה!…

לאָזן װינטן בלאָזן. לאָזן שטורעמס פֿײַפֿן. לאָז די װעלט זיך קערן. אַן אַלטער דעמב, װאָס שטײט מששת־ימי־בראשית, װאָס זײַנע װאָרצלען דערגרײכן מי־יודע װוּהין ― װאָס הערט ער װינטן? װאָס הערט ער שטורעמס?…

געשריבן אין יאָר 1910

― װוּ מיר זײַנען געװען? בײַ דער מיל זײַנען מיר געװען. ………………………………………………………….

יא. .

………………………………………….

מצדו השני של ההר עומדים על הרגליים ובוחנים את הנהר המפכה, שמתפתל פעם שמאלה, ופעם ימינה, הרחק הרחק אל עומק השדות הרחבים והחופשיים. השדות עדיין אינם ירוקים לגמרי, אבל כבר נראים כמי שמפעפעת תחתם התקווה שבמהרה יוריקו, שהריח שלהם עדיין אינו ריחו של העשב הטרי, אלא רק של התקווה שבקרוב יעלה מהם הריח הזה. והם ממשיכים והולכים, עדיין בלי לומר מילה, שקועים בשרעפים ומכושפים, על פני האדמה הרכה והריחנית, תחת לשמש המאירה והמחייכת. הם לא הולכים אלא שוחים, והם לא שוחים אלא מתעופפים. הם עפים כמו הציפורים, שמרחפות מול עיניהם, שצוללות ונוסקות באוויר הירוק של העולם האהוב, שאלוהים האהוב ברא עבור כולם, כל ברואיו החיים. שא…, הם כבר ליד הטחנה. טחנת הרוח של סטארוסטה. פעם היתה זו הטחנה של נחמן וורביווקר. היום היא שייכת לסטארוסטה, זקן הכפר. אופונס שמו. גוי שתום עין ורשע, שיש לו סאמובאר בבית.

אופאנאס הוא אדם גדל גוף, ועשיר. חוץ מהטחנה, יש לו גם חנות. אותה החנות שהיתה גם היא שייכת לנחמן וורביווקר. ברשעות וערמומיות הוא התמקח עם נחמן, דחק בו למכור בזול, ולקח לו את טחנת הקמח ואת החנות ביחד. בזמן הזה, כשפסח מתקרב, היא פועלת, תחנת הקמח, בלי הפסקה. אבל היום לא. היום היא עומדת בדממה. אין רוח. ערב פסח משונה. ערב פסח בלי רוח. לפיכך היא עומדת בדממה, תחנת הרוח. עבור חברינו, פייטל ופדקה, זו בשורה משמחת. כשהטחנה לא פועלת, אפשר להיכנס ולחקור אותה טוב יותר. יש הרבה מה לראות בטחנת קמח. אבל הדבר הכי מעניין הוא ה'באלעק,' קורת העץ, עם הגלגל שבקצה, כדי לסובב את הטחנה לכיוון שאליו נושבת הרוח. ושם על הקורה, התיישבו שני החברים, ולראשונה התפתחה ביניהם איזו שיחה, מאלה השיחות שאין להן התחלה וגם לא סוף. פייטל מספר על חידושים מהעיר הגדולה. האבא לקח אותו לשם אתו לאחרונה. הלך אתו לשוק. ראו חנויות. לא חנות אחת, כמו אצלם בוורביווקה, אלא הרבה חנויות. ואחרי כל אלה, בלילה, כך מספר פייטל, הלכו לבית הכנסת. לאבא היתה אזכרה לאביו. "לסבא שלי, זאת אומרת. אתה מבין פדקה, או שאתה לא מבין…"

יכול להיות שפדקה אכן מבין, אלא שהוא לא שומע. הוא פורץ לפתע בסיפור מעשה אחר שמתערבב בקודם בערך כמו שמן ומים. פדקה מספר לפייטל איך בשנה שעברה ראה קן ציפורים על עץ גבוה. הוא רצה לטפס אבל לא הצליח. הוא רצה להגיע אליו עם מקלות, אבל לא הצליח. הוא התחיל לידות אבנים קטנות עד שנפלו ממנו שני גוזלים מדממים.

"הרגת אותם?" קרא פייטל באימה ובזעם.

"צעירים כל כך" ענה לו פדקה. "הנוצות הקטנות, מקורים צהבהבים, בטן שמנמנה."

"אבל הרגת אותם? הרגת?"

ח.
השעה כבר נעשתה די מאוחרת, כשחברינו הצעירים, פייטל ופדקה, התבוננו סביבם וראו שכמו השמש שבמרומים, הגיע גם זמנם שלהם לשוב הביתה. פייטל כבר שכח שהיום הוא ערב פסח. הוא נזכר שאמא שלו ביקשה שיחפוף את השיער וילבש מכנסיים חדשים. והוא זינק ובעקבותיו פדקה, ושניהם מיהרו ― באותה מידה של רעננות ושמחה ― חזרה הביתה. ובכדי שאיש מהם לא יקדים את רעהו, נטלו זה את ידו של זה, כמו חברי אמת, וטסו כחץ מקשת בחזרה אל הכפר. וכשהגיעו אל הכפר נגלה לעיניהם כזאת מין תמונה:

ביתו של נחמן וורביווקר היה מוקף בגויים, גברים ונשים, שקצים ושקצות. קורטשקה הפקיד, ואפונס הסטארוסטה, זקן הכפר, ה'סטארשינא', הרב-סמל, והסאטסקע שזה, מפקד הגדוד והאוראדניק שזהו הגיבן של הכפר, כולם עמדו שם. כולם מדברים כולם מקימים רעש ומהומה. ונחמן, עם אשתו, עומד באמצע, טוען טענות ועושה תנועות עם הידיים. נחמן רוכן ומנגב את הזיעה בשתי ידיו. לצדו עומדים הילדים הגדולים, חשוכים כמו האדמה… לפתע התמונה משתנה לחלוטין. מישהו מעיף מבט אל עבר שני החברים הצעירים, וכל הקהל, עם הפקיד והסטארשינא והסטארוסטה והסאטסקע והאורדניק קופאים על מקומם, נבוכים. ורק נחמן לבדו מביט בקהל, זוקף את קומתו עם כתפיו הרחבות והגברתניות. "נו???" ― הוא מצטחק. ואשתו הנחנמנית הליטה פניה בידיה והמשיכה לבכות.

והסטארוסטה, והסאטסקע והאורדניק מביטים היישר אליהם.

"איפה הייתם? שמה ושמה?"

"איפה היינו? ליד טחנת הקמח. שמה היינו."

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

ט.
שני החברים, גם פייטל וגם פדקה זכו לאחר מכן למנה הגונה, ושניהם לא הבינו על מה ולמה. 

אצל פייטל, האבא, ראשית חכמה החטיף לו עם הכיפה: "ילד צריך לדעת." מה ילד צריך לדעת. ועל כל פנים, האמא לקחה אותו מתוך רחמנות מידי האבא, מחלקת לו מצדה שתי סטירות ומיד אחר כך חבשה לראשו את הכובע השחור היפה של ימי החג, והושיבה אותו בתוך זוג מכנסיים חדשים – סט הבגדים שהיה שמור לו לפסח, והיא נאנחת. על מה היא נאנחת. ואחר כך היא הוא שומע איך שהאמא אומרת לאבא "או, שאלוהים יעזור, שנעבור כבר את החג הזה. שיעבור כבר. שיסתלק לו הפסח עוד לפני שיגיע."

ופייטל לא מצליח להבין, למה שהפסח יסתלק עוד לפני שהוא מגיע. ופייטל מאמץ את המוח. הוא לא מבין למה האבא מצליף. והוא לא מבין למה האמא מחלקת סטירות. והוא לא מבין איזה מין ערב פסח ירד היום על העולם.

י.
וכמו שהראש היהודי של פייטל לא מבין, ככה פדקה בטח שלא מבין מה נעשה ומה נהייה. מוקדם יותר, האבא, קורטשקה, תפס אותו בשיער. נתן משיכה טובה בשיער הבהיר המבריק, ושלח שתי סתירות הגונות. את המכות והסטירות פדקה מקבל כמו פילוסוף. הוא כבר בכה מספיק. והוא כבר הקשיב ושמע איך האמא שלו מדברת עם הגויים ואיך אלה מספרים כל מיני מעשיות משונות. מעשה בילד, שיהודים בעיר שיטו בו בערב פסח, והחזיקו אותו במרתף יום ולילה ורצו לעשות לו כמו שיהודים עושים לגויים בפסח. אנשים שמעו את זעקותיו באו בריצה והצילו אותו. כבר היו לו סימנים על הגוף. ארבע דקירות בארבעה צדדים, כמו בצלב.

ככה סיפרה אחת, גויה בשרנית, עם מטפחת רחבה על המצח, ובעלת פנים אדומות. וכל יתר הגויות מקשיבות לה ונדות בראשיהן חבושי השביסים ומצטלבות: "אוי הורנקה! אוי לישנקה!" ופדקה לא מצליח להבין למה הגויות מסתכלות עליו בשעה שהן מדברות? איך המעשה הזה קשור אליו ואל פייטל? ולמה האבא שלו משך אותו בשיער ונתן לו שתי סטירות כאלה. לא כאבו לו המשיכות בשיער, לא כל כך כאבו לו הסטירות. לזה הוא לא מייחל אף פעם. הוא רק צריך לדעת: למה היום הוא קיבל מנה כל כך קטנה של אוכל או למה סחבו בשיער? או למה המכות והסטירות. למה? ועל מה?

י"א
. . . . . . . . . . . . . . . . .

. . . . . . . . . . . . . . . . .

"נו?" שמע פייטל איך שהאבא אומר לאמא ישר אחרי פסח בפנים זורחות, כאילו נפל עליו מי יודע איזה אוצר. "איו…, על מה הפחד הגדול? את עדיין מפחדת? יהודייה נשארת יהודייה. חלף עבר הפסח שלנו, והפסח שלהם, וכלום…"

"תודה לאל," עונה לו האמא. ופייטל שוב לא מבין, ממה כאן האמא מפחדת. ומה כל כך טוב בזה שפסח כבר עבר?לא היה טוב יותר אילו נמשך ונמשך?

פייטל נפגש עם פדקה בחוץ, ליד הבית שלהם. הוא לא יכול לשמור לעצמו את כל הדברים: איך התפללו אצלם ואיך אחרי התפילה אכלו, אוי, איך שאכלו! והוא מתאר לו את כל המאכלים של פסח שאותם אכלו אצלם, ושל היין המתוק, שאותו שתו. ופדקה מרכין את ראשו ומביט אל מתחת לכנפות המעיל של פייטל. הוא חולם אך ורק על 'מה-צה'. לפתע פתאום נשמעת בכל הרחוב צווחה בקול סופרן:

― "חוועדקא! חוועדקא!"

ככה קוראת אמא של פדקה בכל פעם שהיא קוראת לו לארוחת צהרים. אלא שפדקה לא ממהר לרוץ הביתה. עכשיו אף אחד לא ימשוך אותו ברעמת השיער. קודם כל, הם לא ליד הטחנה. ודבר שני, עכשיו כבר אחרי פסח. אחרי פסח כבר אין עוד מה לפחד מהיהודים. הוא נשכב לו בחוץ על הבטן עם הכובע הלבן שלו ביד. ולמולו שוכב פייטל, גם הוא על הבטן, עם הכובע השחור שלו ביד. והשמיים כחולים והשמש חמימה. והרוח מלטפת ומשחקת. והעגל שם לצדם. והתרנגול עומד שם וסביבו כל נשותיו התרנגולות. ושני הראשים הקטנים, הלבן והשחור, נתמכים בכפות הידיים, והם מדברים ומדברים ומדברים ואי אפשר להפסיק אותם משיחתם.

יב.
ונחמן וורביווקר לא בבית. הוא לקח את המקלות מוקדם בבוקר ויצא לסחור בין בתי הכפר. בכל בית הוא מתעכב מעט. אומר לכל גוי בוקר טוב. פונה אל כל אחד בנפרד בשמו, מנהל שיחה על כל דבר בעולם, רק לא על מה שהיה בערב פסח. רק לא על הפחדים של פסח. ולפני שהוא הולך הוא אומר: "גוי, יש ברשותך דבר מה, שאתה לא צריך?" "אין לחמן." "גרוטאת מתכת, קצת דוחן, או איזה דבר ישן?" "אל תכעס, לחמן, אבל אין כלום. זמנים קשים." "זמנים קשים? שיכור מן הסתם? איזה חג!" … "מי שיכור? איזה מין חג? זמנים קשים!" …

הגוי נאנח ונחמן נאנח. ואחר כך הם מדברים מעט בכל מיני עניינים, ככה שלא ייראה כאילו שנחמן יצא לסחור מדלת לדלת. הוא הולך מהגוי הזה לגוי אחר ולשלישי ― עד שהוא מצליח למצוא משהו, ככה שלא יחזור הביתה בידיים ריקות.

ונחמן וורביווקר, עמוס ומיוזע, פסע ברגלי החייל הגדולות שלו הביתה, תוך שהוא חושב על דבר אחד בלבד: האם הוא הולך להרוויח או להפסיד. מאותו מעשה של ערב פסח הוא כבר שכח לגמרי. גם מהפחדים של פסח הוא כבר שכח. והשכן קורטשקה עם המושלים שלו וצווי הממשל שלו בו ברגע פרחו מראשו. הוא מגרד את פאתו השמאלית, כאילו הדבר לא מזיז לו.

תנו לרוחות לנשב. תנו לסופה ליילל. תנו לעולם לסוב על צירו. עץ אלון עתיק אחד, שניצב מאז ששת ימי בריאה, ושורשיו מגיעים מי יודע לאן. מה אכפת לו רוחות, מה אכפת לו סערות.

1910

מתן חרמוני הוא סופר, עורך, מסאי, דוקטור לספרות ומרצה וחוקר תולדות הספרות העברית וספרות יידיש. אב לשלושה, ומתגורר בתל אביב. בימים אלה רואה אור רומן חדש פרי עטו, 'בעצלתיים,' בהוצאת כתר מודן. מאז 2011 פרסם חמישה רומנים וספר ילדים. ב-2012 ראה בהוצאת עם עובד הקובץ 'אמריקה – העולם החדש ביידיש ובעברית,' ובו מבחר תרגומים מאת בני מר ורועי גרינוולד וכן תרגומיו של הנ"ל של סיפורים מאת משה נאדיר ויצחק בשביס זינגר. בנוסף, ערך את כתב העת 'מאזנים' בין השנים 2016 ו-2019. בתור חוקר ספרות, לקח חלק מרכזי בכתיבת ספר הלימוד 'תולדות הספרות העברית,' מפעל אקדמי-מחקרי רחב יריעה, שראה אור בשלושה כרכים (מארס 2022). ב-2009 ראה אור בהוצאת סל תרבות ארצי הספר 'שלום עליכם,' מונוגרפיה של הסופר.
חרמוני הוא משתתף קבוע בבמות ספרותיות שונות, מוספי הספרות של 'הארץ,' כתב העת 'הו!' כתב העת ליידיש 'דווקא' ובבמות נוספות בכתיבת מסות, תרגומים ותרגומי שירה, בין היתר משירתם של משוררי יידיש מוישה-לייב הלפרן ומאני לייב.

אסיאולרי מיכאילובסקי

די נאַכט איז אין גאַנצן מײַנע

הלילה כולו שלי

אהרן צייטליןיעד בירן

מאָנאָלאָג אין פּליינעם ייִדיש

מונולוג בסימפל יידיש

דוד ברגלסוןבלהה רובנשטיין

אַן עדות

עדות חיה

הרשמה לניוזלטר איבערזעץ

תענוג! עוד מעט יגיעו אל הדואר האלקטרוני הקרוב לביתכם סיפורים ומאמרים היישר מהתנור