אַן עדות

עדות חיה
הקדמה
דויד ברגלסון (1952-1884), מגדולי סופרי היידיש, התחיל את דרכו הספרותית בכתיבה בעברית וברוסית, ואחרי זמן-מה עבר לכתיבה ביידיש. סיפורו הראשון ביידיש, "אַרום וואַקזאַל" (ליד תחנת הרכבת), הופיע בשנת 1909.

ברגלסון נאסר בשנת 1949 והוצא להורג בכלא לוביאנקה במוסקבה (12.8.1952) לצד שאר חברי "הוועד היהודי האנטי-פשיסטי":  סופרים, משוררים, אומנים ואנשי רוח, שהואשמו בבגידה במולדת הסובייטית. השלטונות דאז דאגו להכחיד את זכרם, ובהקשר זה הוגדרה יצירת ברגלסון כ"ספרות אסורה". הם לא פסחו גם על אשתו ובנו היחיד, שהוגלו לסיביר ואיבדו את זכויותיהם כאזרחים מהשורה. רק אחרי מות הרודן וחשיפת פשעי השלטון הסטליניסטי זכו ברגלסון וחבריו לרהביליטציה (שיקום). במסגרת טיהור שמו של הסופר יצא לאור קובץ כתביו הנבחרים. השתמשתי במתכוון בספר זה כדי לתרגם מתוכו שבעה סיפורים, שמיצגים כמה פנים ביצירת המחבר. 1 הסיפור "עדות חיה" הוא אחד מהם, וזוהי הופעת בכורה שלו בעברית.

אפשר להצביע על כמה ממאפייני הריאליזם של ברגלסון, שרישומם ניכר כבר בפסקת הפתיחה של הסיפור "עדות חיה": מיהו אותו יהודי, ש"לרגע נדמה שהוא לא יצור חי, אלא רק דמות מצוירת שמתבלטת על רקע הרִיק האפל שנפער מאחרי הפתח שדלתו נעקרה ממנו"? מה "חסר בדיוקנו, כמו מילים חסרות שיעניקו משמעות למילה האחת שנותרה על השלט התלוי מעל ראשו"? התיאור התמציתי מעלה תהיות שפותחות צוהר למרחב מאיים יותר מן ההרס המתואר במישור הריאלי. ציטוט קצר זה ממחיש את הייחוד הסגנוני של ברגלסון: ריאליזם לירי, על הגבול הדק בין פרוזה לשירה. הדמויות מדברות מעט, וקולן החלוש נשמע כזעקה שבוקעת מתוך השתיקה. זעקה זו מצטרפת אל הכתובת על הקיר שמהבהבת לאורך הסיפור כמוטיב חוזר: "בשעת בוקר מוקדמת של העשרים ושבעה בחודש הובילו מכאן את יהודי הגטו". זוהי החוליה המקשרת את שני הסיפורים הבונים את היצירה: סיפורו של היהודי האלמוני, וסיפור שותפות הגורל של בני הדור הצעיר – דורה היהודייה וקיריל הנוצרי. כל אחד מהם כותב בצד השני של דף העדות את סיפור מות האב על הגרדום.

קשה שלא לחשוב על האירוניה הטראגית הגלומה בהקבלה בין סיפור חייו ומותו של המחבר ובין הסיפור על שיתוף הגורל בין הכימאי היהודי והפרופסור הרוסי לכימיה, ובתיאור האחווה ביחסי בת הכימאי היהודי והבן של הפרופסור הרוסי. סביר להניח שהסופר כתב את סיפורו בלי שהעלה בדעתו מה עלול לקרות לו אחרי כמה שנים. 2

בלהה רובינשטיין

הלינה אולומוצקי, אחרי הורדת הזקן, גטו ורשה, 1943, עיפרון על ניייר, אוסף המוזיאוןן לאמנות יד ושם, ירושלים, מתנת האמנית
יידיש

אין ברײטן אױסגעבראָכענעם אַרײַנגאַנג פֿון אַ גאַנץ געבליבן זײער אָפּגעלופּעט הױז שטײט אַ ייִד פֿון אַ יאָר זעכציק. אַלץ, אין װאָס ער איז אָנגעטאָן, בעט זיך, מע זאָל עס װאָס גיכער פֿאַרבײַטן אױף עפּעס אַנדערש. העכער פֿון זײַן קאָפּ הענגט אַן אָפּגעמעקטע שילד, אױף װעלכער מע קען איבערלײענען ניט מער, װי דאָס װאָרט „מאַש“. דער ייִד רירט ניט מיט קײן אײן אבֿר, װי עס רירט זיך ניט דאָס װאָרט „מאַש“. און פֿון דער זײַט דאַכט זיך מינוטנװײַז, אַז ער איז ניט קײן לעבעדיקער — ער איז בלױז אױסגעמאָלט אין דער טונקעלער פּוסטקײט פֿון דער פֿעלנדיקער טיר און צו זײַן געזיכט פֿעלט עפּעס, פּונקט װי ס׳פֿעלט עפּעס צום װאָרט „מאַש“ אױף דער שילד, װאָס איבער זײַן קאָפּ.
    אַרום און אַרום אים, אין דער ניט לאַנג באַפֿרײַטער רעפּובליקאַנישער הױפּטשטאָט, איז אַלץ נאָר װאָס באַלױכטן געװאָרן מיט אַ װינטערדיקער זון, װאָס האָט זיך באַװיזן מיט עטלעכע שעה שפּעטער, װי זי איז אױפֿגעגאַנגען. אונטער איר שײַן װערט פֿון רגע צו רגע אַלץ װײַסער און װײַסער דער בײַ נאַכט אױסגעפֿאַלענער שנײ, און זײַנע פֿיל אַרױספֿינקלענדיקע אײַזקרישטאָלעכלעך פֿאַרבלענדן ממש די אױגן בײַ די דורכגײער. אַן אַרױסשטעקנדיקע װײַסע װאַנט אין אַנטקעגנדיקן הײַזער־געװאַלגער איז זײער העל באַלױכטן מיט זון, און דעריבער דאַכט זיך, אַז שטאַרקער װי תּמיד שרײַט הײַנט אַראָפּ פֿון אָט דער װאַנט די פֿאַרבליבענע אומזיניקע אױפֿשריפֿט:
    „חנהן האָט מען אַװעקגעפֿירט פֿון געטאָ דעם 27סטן גאַנץ פֿרי“.
    ס׳איז אַרום צװײ אַ זײגער בײַ טאָג — די צײַט פֿון מיטאָג־איבעררײַס אין אַלע צענטראַלע אַנשטאַלטן. די גאַס װערט װאָס אַ מאָל לעבעדיקער, נאָר אױפֿן ייִדן אין ברײט אױסגעבראָכענעם הױז־אַרײַנגאַנג איז נאָך אַלץ ניט צו באַמערקן, ער זאָל קלערן זיך רירן פֿון אָרט. פֿון די פֿיל דורכגײער, װאָס אײַלן דאָ פֿאַרבײַ, בלײַבט לעבן אים שטײן אײנס אַן עלטער מײדל אין אַ לײַכטן, כּמעט זומערדיקן מאַנטל. זי טראָגט אױפֿן האַלדז אַ גאָרזשעטקע פֿון אַ ירושהדיק־אַלטן ברױנעם פֿוקס. און פֿון אונטערן װײַס־װאַליטשקענעם בערעטל, װאָס אױף איר קאָפּ, זעען זיך אַרױס העלע גלאַט פֿאַרקעמטע האָר, װאָס הײבן אָן גראָװ װערן.
    — מיך? — פֿרעגט זי בײַם ייִדן. — מיך דאַרפֿט איר?
    איר דאַכט זיך, אַז דער ייִד האָט זי נאָר װאָס אַ רוף געטאָן. און טאַקע דאָ באַלד, בײַם ערשטן קוק אױף אים, פֿאַלט איר אײַן, אַז ער איז אַ בלינדער — צי דאַרף ער ניט, מע זאָל אים אַריבערפֿירן אױפֿן אַנדערן טראָטואַר?
    — װאָס? — פֿרעגט קאַלטלעך דער ייִד.
    ניט געאײַלט פֿירט ער אָפּ זײַן פֿאַרשטאַרטן בליק פֿון דער װאַנט מיט דער אױפֿשריפֿט, װאָס אין אַנטקעגנדיקן הײַזער־געװאַלגער, און פֿאַרהאַלט אים בלױז אײן רגע אױפֿן מײדל.
    — מעגלעך, אַז אײַך דאַרף איך.
    ער לײגט זיך עפּעס איבער בײַ זיך אין געדאַנק, דערבײַ אָבער קוקט ער שױן װידער ניט צום מײדל, נאָר גאָר צו די משונהדיק געקניפּטע קרײַקעס און צו די אױסגעקרימטע שקראַבעס, װאָס אױף זײַנע פֿיס. גראָב, װי שטרױ, געשניטן מיט אַ סערפּ, שטעקן אײנציקע װײַס־גרױע האָר אין זײַן אױסגעפֿאַלענעם שיטערן בערדל, און דורך פֿיל קנײטשן, װי דורך טיפֿע רינװעלעך, פֿליסט אַ טױטע טונקלקײט איבער זײַן גאַנצן לענגלעכן פּנים און גיסט זיך אַרײַן אין די שװאַרצע גריבער, װאָס אונטער זײַנע פֿאַרשמאָלטע אױגן.
    — אױב מכּוח קלײדער, — טוט זיך אַ כאַפּ דאָס מײדל, — איז קומט אַרײַן צו מיר אין שטאָטראַט. איך אַרבעט דאָרט. איר װעט פֿרעגן דאָרע אַראָנסקי.
    און מיט אַ מאָל דערפֿילט זי, אַז עפּעס צו גיך פֿליִען בײַ איר די װערטער פֿון מױל. דער ייִד, זעט זי, שטײט נאָך מער קאַלט װי פֿריִער.
    — נײן, — שאָקלט ער זיך סוף־כּל־סוף אָפּ, — קלײדער?
    אָנגעװיזן פּאַמעלעך אױף דער שילד, װאָס מיטן געבליבענעם װאָרט „מאַש“ גיט ער אומעטיקלעך צו:
    — כ׳האָב זיך דאָ נאָר װאָס צונױפֿגערעדט מכּוח אַרבעט. כ׳בין אַ בלעכער… פֿון מערבֿ־אוקראַיִנע קום איך.
    ער רעדט אַלץ ניט געכאַפּט און אָפּגעריסן.
    — מע װעט מיר דאָ שױן געבן עפּעס אָנצוטאָן.
    ער טוט װי בײַ זיך אַלײן אַ פֿרעג:
    — אַ?…
    און װי זיך אַלײן ענטפֿערט ער:
    — מע האָט מיר צוגעזאָגט.
    ער זיפֿצט אָפּ:
    — ניט אין דעם גײט עס.
    ערשט איצט טוט ער רעכט אַ קוק אױפֿן מײדל. פּאַמעלעך־פּאַמעלעך נעמען זײַנע אױגן זיך פֿאַרשאַרן אונטער די ברעמען, װאָס טוען פֿון מאָל צו מאָל אַ ציטער, און ניט זײַן מױל, נאָר עפּעס גאָר זײַנע באַקן טוען בײזלעך און פֿון זיך אַ װאָרף די װערטער:
    — כ׳בין אַן עדות!
    אַ פּױזע.
    — אַן עדות?
    דאָס מײדל װיל תּופֿס זײַן, װאָס מײנט מיט דעם דער ייִד. װי פֿון װײטיק אין די שלײפֿן קנײטשן זיך אירע אױגן — בלױלעכע, שױן אַ ביסל אָפּגעבליאַקעװעטע און צו װױלע, מע זאָל קענען מיט זײ אַרײַנקריכן אַ מענטשן אין דער נשמה. לעבן די לעפּלעך פֿון איר קורצער נאָז װערן געדיכטער די רױטלעך־פֿאַרבלאָװטע קאָלירן, װאָס דערמאָנען אין איר אָפּגעשפּילטער יוגנט.
    — דער אײנציקער געבליבענער עדות, — דערהערט זי װידער דעם ייִדנס קול, — אָט, װי איר זעט…
    — אַך, דאָס מײנט איר?
    דאָס מײדל רעכנט, אַז זי פֿאַרשטײט שױן בערך, װעגן װאָס גײען דאָ די רײד.
    — גאָט מײַנער! — װיל זי אַ טרײסט טאָן דעם ייִדן צי זיך אַלײן, — װער איז דען הײַנט ניט קײן עדות?… און װער איז דען הײַנט ניט קײן געבליבענער?… איך אױך — פֿון אַ פֿאַמיליע זאַלבע אַכט…
    — הערט, װאָס מע זאָגט אײַך! — װערט מיט אַ מאָל בײז דער ייִד.
    ער רעדט װעגן אַ טױטן־לאַגער ערגעץ װוּ הינטער לװאָװ. ער מאַכט אַ פּאָר טריט צום מײדל און כאַפּט זי אָן פֿאַרן מאַנטל, ממש אױף אַ טרײסל צו טאָן מיט איר. ער איז, שטעלט זיך אַרױס, געבליבן אײנער פֿון אַריבער אַ מיליאָן… מע דאַרף, מײנט ער, פֿאַרשרײַבן אַלץ, װאָס ער האָט געזען.
    — און אַלײן, — קלאָגט ער זיך, — בין איך שױן גאָר שװאַך — אָ!… הײַנט װאָס בעבעט איר? איך פֿרעג בײַ אײַך: איר װילט פֿאַרשרײַבן צי נײן?
    דערשטױנט, כּמעט דערשראָקן שטײט אַקעגן אים דאָס מײדל, װאָס הײסט דאָרע אַראָנסקי און אײַלט צו איר אַרבעט אין שטאָטראַט און געדענקט, אַז אין קאָרידאָר לעבן דער טיר פֿון איר צימערל װאַרט צו יעדער צײַט פֿיל מער עולם, װי לעבן אַנדערע שכנישע טירן. זי הערט קױם, װאָס דער ייִד רעדט צו איר. זי זעט בלױז, װי אַקעגן אױף דער װײַסער אַרױסשטעקנדיקער װאַנט באַלײַכט די זון אַלץ העלער די אומניצלעכע אױפֿשריפֿט:

    און אַ געפֿיל איז בײַ איר אַזאַ, אַקוראַט װי פֿון אומעטום, פֿון אַלע גאַנץ געבליבענע װענט דאָ אין שטאָט, שרײַען איצט צו איר אַראָפּ אָן אַ שיעור אַזעלכע אומניצלעכע און אומזיניקע אױפֿשריפֿטן:

יידיש עברית

יהודי כבן שישים, שבגדיו מבקשים שיחליפו אותם מהר ככל האפשר, עומד בכניסה הרחבה של בית חרב למחצה. מעל ראשו תלוי שלט, שנותרה עליו רק מילה אחת: "מכונות". היהודי לא נע ולא זע. לרגע נדמה שאינו יצור חי, אלא רק דמות מצוירת שמתבלטת על רקע הרִיק האפל שנפער מאחרי הפתח, שדלתו נעקרה ממנו. משהו חסר בדיוקנו, כמו מילים חסרות שיעניקו משמעות למילה האחת שנותרה על השלט התלוי מעל ראשו.
    אור של שמש חורפית נשפך סביבו,על רחובות עיר הבירה של הרפובליקה ששוחררה לא מזמן. אחרי כמה שעות היא שוקעת, ודמדומי אורהּ מבליטים את לובן השלג היורד. פתיתי שלג נוצצים בזוהר קריסטלי קפוא צונחים ומסנוורים את עיני העוברים ושבים.
    קרני אור השקיעה עוד נותרו על קירות הבתים שממול, ועל קיר לבן אחד, זועקת כתובת עמומה: "בשעת בוקר מוקדמת ב-27 בחודש הובילו מכאן את יהודי הגטו".
    כעת קרוב לשעה שתיים בצהריים, שעת ההפסקה בכל המוסדות המרכזיים, והרחוב מתמלא חיים. היהודי שעומד בפתח הבית החרב למחצה ממשיך לעמוד, ולא ניכר עליו שהוא מתכוון לזוז ממקומו. הציבור חולף על פניו, ורק נערה בוגרת במעיל קיץ קליל נעצרת לידו. על צווארה כרוך סודר ישן עשוי זנב שועל מרוט, וקווצות שיער בהיר שמתחיל להאפיר מציצות מאחורי כובע הברט הלבן שלראשה.
    נדמה לנערה שהאיש קרא לה, והיא שואלת: "קראת לי? אתה זקוק לי?"
    במבט ראשון עלה בדעתה שהוא עיוור. אולי הוא צריך שיעזרו לו לעבור אל המדרכה שממול?
    "מה?", שואל היהודי באדישות קרה.
    הוא לא ממהר להסיר את מבטו מן הכתובת שעל הקיר ממול. אחרי רגע הוא מסיר את מבטו מהקיר, ומעביר אותו אל הנערה.
    "ייתכן שאני זקוק לך".
    הוא שוקל בדעתו, ותוך כדי הרהור הוא מעביר את מבטו מן הנערה אל קצות נעלי הלֶבֶד הבלויות שהוא נועל.
    הנערה מביטה בו: זקנו הקלוש נראה כמו אוסף דל של אניצי שיער גס, שנראה כמו קש שנקצר זה עתה. משהו אפל כמוות בוקע מתוך השקערוריות שנוצרו תחת עיניו, וזורם בקמטים העמוקים כמרזבים שנחרשו בפניו הארוכים.
    "אם אתה זקוק לבגדים אחרים", פולטת הנערה, "בוא למשרד שלי במועצת העיר. אני עובדת שם. כשתבוא, תשאל על דורה אהרונסקי".
    היא רואה שהיהודי הקשיש עומד קר ואדיש, ומרגישה שהמילים האלה נפלטו מפיה מהר מדי.
    "לא… בגדים?", הוא מתעורר לבסוף, מצביע לאט על השֶלט עם המילה האחת, "מכונות", ומוסיף בעצב: "אני רק רציתי לעבוד. אני נַפח… באתי לכאן ממערב אוקראינה".
    הוא מדבר במקוטע.
    "יתנו לי משהו ללבוש, אַה?", הוא שואל, ומוסיף מיד: "הבטיחו לי".
    "אבל לא בזה העניין", הוא גונח. לאט-לאט עיניו מתחילות להביט לכאן ולשם, ולבסוף הוא מַפנה את מבטו אל הנערה.
    עפעפי עיניו רוטטים, הגבות מתכווצות, ומילים נרגזות נפלטות מבין לחייו; לא מפיו: "אני עֵד. אני עֵדוּת".
    שתיקה.
    "עדוּת?"
    הנערה רוצה להבין מה כוונת היהודי. מבט עיניה הכחולות, שאיבדו את ברק הנעורים, ננעץ בו במאמץ לחדור לנבכי נשמתו. נחירי אפה, שקצותיהם האדימו עם השנים, מתחילים לרטוט כשהיא שומעת את קולו: "אני העד היחיד שנותר. ככה, כמו שאת רואה…"
    "אה, מה כוונתך?", היא שואלת, אף שכמעט ברור לה במה דברים אמורים.
    "אלוהים אדירים!", היא קוראת כדי לנחם את היהודי או את עצמה. "מי אינו עֵד היום?… מי אינו שריד שנותר?… גם אני… ממשפחה שלמה".
    היהודי מתרגז: "תשמעי מה שאומרים לך!"
    הוא מדבר על מחנה השמדה סמוך לעיר לבוב.[1]הכוונה כנראה למחנה ההשמדה בלז'ץ, באזור שהיה אז חלק מפולין. אחרי המלחמה הוא סופח לאוקראינה. היהודי פוסע כמה פסיעות, מתקרב אל הנערה, תופס בשולי מעילהּ הדק, וממש מטלטל אותה. לדבריו, הוא היחיד שנותר מהיהודים שנרצחו שם. למעלה ממיליון נרצחים… חייבים לכתוב את העֵדות שלו. הוא יספר כל מה שראה וכל מה שחווה.
    "אני", הוא קובל, "אני כבר חלש מדי… אה!… אז מה את מפטפטת? אני שואל אותך: האם תסכימי לכתוב מה שאספר או לא?"
    הנערה, דורה אהרונסקי, המומה. היא זוכרת שעליה למהר לחזור למקום עבודתה במועצת העיר. אנשים רבים ודאי מחכים לה בפרוזדור הסמוך לדלת משרדה, בדומה להתקהלות ליד דלתות המשרדים הסמוכים, והיא בקושי שומעת מה שהיהודי אומר לה.
    היא רק רואה את הקיר הלבן שממול, ואת הכתובת המעומעמת שקרני השמש השוקעת מאירות כעת: "בשעת בוקר מוקדמת ב-27 בחודש הובילו מכאן את יהודי הגטו."
    היא מרגישה שהכתובת הזו זועקת אליה: "בשעת בוקר מוקדמת ב-27 בחודש הובילו מכאן את יהודי הגטו".

עברית

יהודי כבן שישים, שבגדיו מבקשים שיחליפו אותם מהר ככל האפשר, עומד בכניסה הרחבה של בית חרב למחצה. מעל ראשו תלוי שלט, שנותרה עליו רק מילה אחת: "מכונות". היהודי לא נע ולא זע. לרגע נדמה שאינו יצור חי, אלא רק דמות מצוירת שמתבלטת על רקע הרִיק האפל שנפער מאחרי הפתח, שדלתו נעקרה ממנו. משהו חסר בדיוקנו, כמו מילים חסרות שיעניקו משמעות למילה האחת שנותרה על השלט התלוי מעל ראשו.
    אור של שמש חורפית נשפך סביבו,על רחובות עיר הבירה של הרפובליקה ששוחררה לא מזמן. אחרי כמה שעות היא שוקעת, ודמדומי אורהּ מבליטים את לובן השלג היורד. פתיתי שלג נוצצים בזוהר קריסטלי קפוא צונחים ומסנוורים את עיני העוברים ושבים.
    קרני אור השקיעה עוד נותרו על קירות הבתים שממול, ועל קיר לבן אחד, זועקת כתובת עמומה: "בשעת בוקר מוקדמת ב-27 בחודש הובילו מכאן את יהודי הגטו".
    כעת קרוב לשעה שתיים בצהריים, שעת ההפסקה בכל המוסדות המרכזיים, והרחוב מתמלא חיים. היהודי שעומד בפתח הבית החרב למחצה ממשיך לעמוד, ולא ניכר עליו שהוא מתכוון לזוז ממקומו. הציבור חולף על פניו, ורק נערה בוגרת במעיל קיץ קליל נעצרת לידו. על צווארה כרוך סודר ישן עשוי זנב שועל מרוט, וקווצות שיער בהיר שמתחיל להאפיר מציצות מאחורי כובע הברט הלבן שלראשה.
    נדמה לנערה שהאיש קרא לה, והיא שואלת: "קראת לי? אתה זקוק לי?"
    במבט ראשון עלה בדעתה שהוא עיוור. אולי הוא צריך שיעזרו לו לעבור אל המדרכה שממול?
    "מה?", שואל היהודי באדישות קרה.
    הוא לא ממהר להסיר את מבטו מן הכתובת שעל הקיר ממול. אחרי רגע הוא מסיר את מבטו מהקיר, ומעביר אותו אל הנערה.
    "ייתכן שאני זקוק לך".
    הוא שוקל בדעתו, ותוך כדי הרהור הוא מעביר את מבטו מן הנערה אל קצות נעלי הלֶבֶד הבלויות שהוא נועל.
    הנערה מביטה בו: זקנו הקלוש נראה כמו אוסף דל של אניצי שיער גס, שנראה כמו קש שנקצר זה עתה. משהו אפל כמוות בוקע מתוך השקערוריות שנוצרו תחת עיניו, וזורם בקמטים העמוקים כמרזבים שנחרשו בפניו הארוכים.
    "אם אתה זקוק לבגדים אחרים", פולטת הנערה, "בוא למשרד שלי במועצת העיר. אני עובדת שם. כשתבוא, תשאל על דורה אהרונסקי".
    היא רואה שהיהודי הקשיש עומד קר ואדיש, ומרגישה שהמילים האלה נפלטו מפיה מהר מדי.
    "לא… בגדים?", הוא מתעורר לבסוף, מצביע לאט על השֶלט עם המילה האחת, "מכונות", ומוסיף בעצב: "אני רק רציתי לעבוד. אני נַפח… באתי לכאן ממערב אוקראינה".
    הוא מדבר במקוטע.
    "יתנו לי משהו ללבוש, אַה?", הוא שואל, ומוסיף מיד: "הבטיחו לי".
    "אבל לא בזה העניין", הוא גונח. לאט-לאט עיניו מתחילות להביט לכאן ולשם, ולבסוף הוא מַפנה את מבטו אל הנערה.
    עפעפי עיניו רוטטים, הגבות מתכווצות, ומילים נרגזות נפלטות מבין לחייו; לא מפיו: "אני עֵד. אני עֵדוּת".
    שתיקה.
    "עדוּת?"
    הנערה רוצה להבין מה כוונת היהודי. מבט עיניה הכחולות, שאיבדו את ברק הנעורים, ננעץ בו במאמץ לחדור לנבכי נשמתו. נחירי אפה, שקצותיהם האדימו עם השנים, מתחילים לרטוט כשהיא שומעת את קולו: "אני העד היחיד שנותר. ככה, כמו שאת רואה…"
    "אה, מה כוונתך?", היא שואלת, אף שכמעט ברור לה במה דברים אמורים.
    "אלוהים אדירים!", היא קוראת כדי לנחם את היהודי או את עצמה. "מי אינו עֵד היום?… מי אינו שריד שנותר?… גם אני… ממשפחה שלמה".
    היהודי מתרגז: "תשמעי מה שאומרים לך!"
    הוא מדבר על מחנה השמדה סמוך לעיר לבוב.[2]הכוונה כנראה למחנה ההשמדה בלז'ץ, באזור שהיה אז חלק מפולין. אחרי המלחמה הוא סופח לאוקראינה. היהודי פוסע כמה פסיעות, מתקרב אל הנערה, תופס בשולי מעילהּ הדק, וממש מטלטל אותה. לדבריו, הוא היחיד שנותר מהיהודים שנרצחו שם. למעלה ממיליון נרצחים… חייבים לכתוב את העֵדות שלו. הוא יספר כל מה שראה וכל מה שחווה.
    "אני", הוא קובל, "אני כבר חלש מדי… אה!… אז מה את מפטפטת? אני שואל אותך: האם תסכימי לכתוב מה שאספר או לא?"
    הנערה, דורה אהרונסקי, המומה. היא זוכרת שעליה למהר לחזור למקום עבודתה במועצת העיר. אנשים רבים ודאי מחכים לה בפרוזדור הסמוך לדלת משרדה, בדומה להתקהלות ליד דלתות המשרדים הסמוכים, והיא בקושי שומעת מה שהיהודי אומר לה.
    היא רק רואה את הקיר הלבן שממול, ואת הכתובת המעומעמת שקרני השמש השוקעת מאירות כעת: "בשעת בוקר מוקדמת ב-27 בחודש הובילו מכאן את יהודי הגטו."
    היא מרגישה שהכתובת הזו זועקת אליה: "בשעת בוקר מוקדמת ב-27 בחודש הובילו מכאן את יהודי הגטו".

הלינה אולומוצקי, "מדוע?", 1945, עיפרון על נייר, אוסף המוזיאון לאומנות יד ושם, ירושלים
יידיש

2.
    פֿון דעמאָלט אָן קומט דער ייִד אַלע אױפֿדערנאַכט צו דאָרע אַראָנסקי אַהײם.
    דער ייִד דערצײלט — דאָרע פֿאַרשרײַבט.
    די װױנונג פֿון די אַראָנסקיס — אַ װױנונג פֿאַר אַ משפּחה זאַלבע אַכט אין האַלב חרובֿן הױז פֿון „כימטרעסט“ — איז דורכױס פֿאַרװאַלגערט מיט אַרומיקן געברוך. נישטאָ נאָך דערװײַל, װער עס זאָל אָפּראַמען אַהין דעם װעג. פֿון דער גאַנצער משפּחה אַראָנסקי איז קײנער, אַחוץ דאָרען, ניט געבליבן לעבן, און אירע אַלע באַקאַנטע זײַנען אָדער אומגעקומען דאָ אין שטאָט, אָדער זײ האָבן נאָך ניט באַװיזן זיך אומצוקערן פֿון דער עװאַקואַציע. דאָס מעבל פֿון אַלע צימערן האָט מען צעטראָגן. אָפּגעזוכט האָט זיך צום אַלעם ערשט דער אַלטער קײַלעכיקער טיש — אַ טיש, אַרום װעלכן געזעסן איז אַ משפּחה זאַלבע אַכט. ער איז געװען ביז לעצט צעפֿאָרן. שױן גאָר קײן כּלי ניט. דאָרע האָט אַרום אים גענוג געשװיצט און אים געטאָן זײַן רעכט אַזױ לאַנג, ביז ער האָט װידער באַקומען אַ שטיקל חיזוק אין לעבן.
    איצט שטײט שױן דער טיש אױף זײַן פֿריִערדיק אָרט בײַ די אַראָנסקיס אין גרױסן עסצימער. דאָרע האָט אים צוגעדעקט מיטן אײנציק פֿאַרהיטן סערװעט — אַן אַלטן געװעבטן סערװעט מיט אַ טיפֿן אימבער געלן אוזאָר און מיט קורצע, נאָר זײער גראָבע טרענדלעך. דער שװערער קײַלעכיקער טיש האָט דורך דעם װידער אַ מאָל באַקומען זײַן אַמאָליקע חשיבֿות. און אַרום אים אױף די אָפּגעלופּעטע װענט האָבן זיך װי אױסגעלײַטערט יענע ערטער, װוּ די אײלפֿאַרב „פּאָד דוב“ איז געבליבן גאַנץ. דאָס איז געװען אַ שטאַרקע אײלפֿאַרב אין אַ פֿײַנער װױנונג. מיט איר האָט אַ מאָל דער „כימטרעסט“ פּרעמירט דעם אַלטן כימיקער מרדכי בענציִאָנאָװיטשן — דעם פֿאָטער פֿון דער משפּחה אַראָנסקי — אַ מונטערן פֿולבלוטיקן זקן, װאָס אַז די דײַטשן האָבן אים געפֿירט צו דער תּליה אין אײנעם מיט זײַן שכן דאָ אין הױז, דעם רוסישן פּראָפֿעסאָר ביריוקאָװן, — האָט דער גאַנצער שטאָט זיך געדאַכט, אַז דאָס פֿירט מען צו דער תּליה אַלע װיכטיקע אױפֿטועכצן פֿונעם גאַנצן אָרטיקן „כימטרעסט“.
    פֿון דער אַלטער ליוסטרע, װאָס איבערן קײַלעכיקן טיש, איז געבליבן ניט מער װי דער הױלער קאַרקאַס. דאָרע האָט אים פֿאַרדראַפּירט מיט איר פֿאַרביקן זײַדענעם האַלדזטיכל. זי האָט אַװעקגעלײגט ניט װײניק כּוחות אױף צו דערװאַשן די פּאָדלאָגע מיט הײס װאַסער און מיט זײף.
    און װידער איז אין די װינטערדיקע אָװנטן געװאָרן הײמלעך בײַ די אַראָנסקיס אין װױנונג.
    אַרום דעם פֿאַרשפּרײטן קײַלעכיקן טיש פֿילט זיך אָן אױפֿהער אַ נאָגנדיק װאַרטעניש. װאָס רײנער אין צימער, אַלץ נאָגנדיקער איז דאָס װאַרטעניש. פֿון שטאָטראַט האָט מען דאָרען אַרײַנגעשטעלט אַהער אַ טעלעפֿאָן־אַפּאַראַט. ער געפֿינט זיך אין װײַטן װינקל פֿונעם גרױסן פּוסטלעכן עסצימער און האָט נאָך דערװײַל ניט אָנגעהױבן צו אַרבעטן. דאָס איז אַ קאַלטער, שטענדיק שװײַגנדיקער מעכאַניזם. פֿון אים, אַזױ דאַכט זיך, נעמט זיך די קאַלטקײט אין דער גאַנצער געװעזן־ראַשיקער װױנונג, װוּ פֿאַר דער מלחמה פֿלעגט דער טעלעפֿאָן כּמעט קײן מינוט ניט רוען.
    עס מאַכט זיך:
    אין מיטן שטילן אָװנט טוט זיך פּלוצעם אַ ריר דאָס טעלעפֿאָן־צינגעלע צװישן די צװײ ניקלנע דעכעלעך און ברענגט אַרױס, װי אומגערן, אַן אומקלאָרן ציטעריקן קלאַנג. דאָרע װײסט, אַז דאָס פּאָרעט מען זיך אַװדאי ערגעץ װוּ אױף דער צענטראַל־סטאַנציע מיט די טעלעפֿאָן־דראָטן. און דאָך בלײַבט זי זיצן מיט אַ פֿאַרשטאָרבן האַרץ, װי גלײַך אָט־אָט װעט זיך דערהערן אַ רוף כאָטש פֿון אַ טײל געװעזענעם רױשיקן לעבן. זינט אָנהײב מלחמה איז ניטאָ קײן שום ידיעות פֿון אירע צװײ ייִנגסטע ברידער גענאַדי און באָרע — אַ פּאָרל, װאָס האָבן בײדע בשותּפֿות געװױנט דאָ אין װױנונג אין אײן צימער און בײדע בשותּפֿות זיך געגרײט צו די סטודענטישע עקזאַמענעס, אױף אײן פֿאַקולטעט, און זײַנען בײדע, װי בשותּפֿות, אַװעק אױפֿן פֿראָנט. איז אָט: צי איז ניט געשען אַ נס כאָטש מיט אײנעם פֿון זײ?
    דאָרע טוט אַ ציטער, גלײַך אָט־אָט װעט זי דערהערן אין טעלעפֿאָן:
    — ער לעבט!
    אײן מאָל אין אָװנט — דאָרע און דער ייִד האָבן זיך דאָ נאָר װאָס געהאַט צוגעזעצט צום טיש — האָט זיך דערהערט אַ קלאַפּ אין טיר, און אַרײַנגעקומען איז אַהער אַ יונגער מענטש — זײער אַ װוּקסיקער און זײער אַ דינער. אַ באַזונדער שלאַנקײט האָבן אים צוגעגעבן די אָפֿיצערישע קלײדער אָן די פּאָגאָנעס און די פּאָרטופּײע, װאָס ער האָט פֿון צוגעװױנטקײט נאָך אַלץ אױף זיך געטראָגן.
    אַװדאי אַ מינוט און מער זײַנען דאָרע און דער אַרײַנגעקומענער געשטאַנען פֿאַרגליװערט און פּלוצעם אַרױפֿגעפֿאַלן אײנער דעם צװײטן אױף די העלדזער. דער ייִד האָט צוגעקוקט, װי עס געדױערט היפּשלעך, ביז דעם יונגן מענטש גיט זיך אײַן באַרויִקן דאָרען. אַרױסגעװיזן האָט זיך, אַז דאָס האָט פֿון דער מלחמה זיך אומגעקערט דעם פּראָפֿעסאָר ביריוקאָװס ייִנגסטער זון קיריל — יענער, װאָס האָט װי אַ װוּנדערקינד צו צװאַנציק יאָר געענדיקט אײנצײַטיק דעם פֿילאָלאָגישן און דעם פֿיזישן פֿאַקולטעט. ער איז, הײסט עס, ניט דאָרעס ברודער און ניט אַפֿילו איר װײַטסטער אײגענער. מער ניט, װאָס דאָרעס פֿאָטער, דעם אַלטן כימיקער מרדכי בענציִאָנאָװיטשן, און קירילס פֿאָטער, דעם פּראָפֿעסאָר ביריוקאָװן, האָבן די דײַטשן אױפֿגעהאָנגען דאָ אין שטאָט פֿאַר אײן זאַך און כּמעט אױף אײן תּליה — הײַנט גײ זאָג, אַז זײ קערן זיך ניט אָן אַזױ נאָענט, אַז נעענטער קען שױן ניט זײַן.    

    מאז התחיל היהודי לבוא בכל ערב אל ביתה של דורה אהרונסקי, שמשפחתה נמנתה עם גדולי העיר, ודירתה נמצאת בבניין של "איגוד הכימאים". הבניין החרב למחצה מוקף הריסות רבות. בינתיים אין מי שיסלק אותן.
    היהודי מספר, ודורה כותבת.
    דורה היא היחידה מכל בני משפחתה שנותרה בחיים. כל מכריה נעלמו. היו שנרצחו כאן, בעיר. אחרים עוד לא חזרו מאז הגירוש הגדול.
    רהיטי הדירה נבזזו, ונשאר רק השולחן העגול העתיק, שהמשפחה נהגה לשבת סביבו. הוא היה שבור ורעוע, ודורה התאמצה לשקם אותו. היא ממש הזיעה עד שהצליחה להחזיר לו את צורתו ולהעניק לו אחיזה בחיים. כעת השולחן עומד במקומו הקודם, בחדר האוכל הגדול של בית אהרונסקי. דורה כיסתה אותו במפה היחידה שנותרה שלמה: מפת תחרה ישנה, מוקפת רקמת אז'ור צהובה וגדילים קצרים ועבים. כך קיבל השולחן הכבד את המראה החשוב שהיה לו פעם.
    הנברשת המפוארת שהייתה תלויה מעל השולחן נופצה, ודורה עטפה את מסגרת הנורה החשופה בצעיף צבעוני. היא גם קרצפה את הרצפות במי-סבון חמים, וכך העניקה אופי ביתי נעים לערבי החורף בדירת אהרונסקי.
    הטיח נשר מהקירות שמקיפים את השולחן, אבל  פיסות של קיר צבוע בצבעי שמן משובח עוד נותרו שם, והן מעידות על הדר משכבר. צבע שמן זה, שהתאים לדירת מגורים מפוארת, היה פרי המצאה של הכימאי הוותיק מרדכי בנציונוביץ' אהרונסקי. בזכותו זכה הכימאי הזקן, מלא שמחת חיים, בפרס הוקרה.
    מרדכי בנציונוביץ', אבי משפחת אהרונסקי, הוצא להורג בידי הגרמנים. הם תלו אותו יחד עם שכנו, הפרופסור הרוסי ביריוקוב. כל אנשי העיר ראו בכך אקט של חיסול "איגוד הכימאים" המקומי.
    בדירה שוררת ציפייה מתוחה: מועצת העיר התקינה טלפון באחת הפינות של חדר האוכל השומם, אבל המכשיר עוד לא התחיל לפעול. הוא דומם לגמרי. שתיקתו מפיצה קור בדירה, שהייתה פעם שוקקת חיים. בימים שקדמו למלחמה הטלפון כמעט לא נח, אפילו לא לרגע.
    לעתים קורה שבעיצומו של ערב שקט אפרכסת הטלפון מתחילה לרטוט ולהשמיע צליל רפה ולא ברור. דורה יודעת שהיכן שהוא, במרכזייה הראשית, מנסים להפעילו. למרות זאת, לבה מפסיק לפעום לרגע, והיא מצפה בדריכות: אולי תשמע לפחות משהו, איזה סימן  חיים?
    מאז פרוץ המלחמה אין שום מידע על שני אחיה הצעירים, גֶּנָאדִי ובּוֹרְיָה. שניהם חיו כאן והתכוננו יחד לקראת בחינות הקבלה לאוניברסיטה. שניהם התגייסו יחד לצבא, והוצבו בחזית. כעת, אולי יקרה נס?… לפחות לאחד מהם? אולי כעת, כשהטלפון יצלצל, היא תשמע שהוא בחיים?…
    באחד הערבים, כשדורה והיהודי רק התיישבו ליד השולחן, נשמעה דפיקה בדלת, ואדם צעיר נכנס: מגודל שיער ורזה מאוד. מדי הקצין שלבש העניקו לו מראה תמיר.
    דורה והצעיר  קפאו לרגע על מקומם. לפתע נפלו זה על צוואר זו והתחבקו.
    היהודי ראה שעובר זמן רב עד שהצעיר הצליח להרגיע את דורה.
    הצעיר היה קיריל, בנו של פרופסור ביריוקוב. הוא לחם בחזית, וכעת חזר משדה הקרב. קיריל היה "ילד פלא", שסיים את לימודיו בשתי פקולטות – פילולוגיה ופיסיקה – עוד לפני שמלאו לו עשרים.
    אמנם, הוא לא היה אח של דורה, וגם לא בן משפחה מקִרבה רחוקה. אבל…
    הגרמנים הוציאו להורג את אביה של דורה, הכימאי הוותיק מרדכי בנציונוביץ', יחד עם אביו של קיריל, הפרופסור ביריוקוב. תלו את שניהם כאן, בעיר, על אותו גרדום, ובשל אותה סיבה…
    נו, אז לך תאמר שאין ביניהם קִרבה. הרי לא יכולה להיות קִרבה גדולה יותר מזו…

הלינה אולומוצקי, דיוקן עצמי, 1945, עיפרון על נייר, אוסף המוזיאון לאומנות יד ושם, ירושלים, מתנת האמנית
יידיש

3.
    דאָס פֿײַערל פֿונעם אײנציקן עלעקטרישן לעמפּל זיפּט זיך
קױם־קױם דורכן שיטערן זײַדנס, און בײַ אָט דער שײַן, װאָס באַלײַכט קנאַפּ
די אַרומיקע קאַלטע פּוסטקײט, זיצט דאָרע גאַנצע אָװנטן אַקעגן דעם פֿרעמדן
ייִדן, דעם בלעכער פֿון מערבֿ־אוקראַיִנע, און פֿאַרשרײַבט אַלץ, װאָס ער
דערצײלט װעגן דעם טױטן־לאַגער הינטער לװאָװ.
    דאָס, װאָס זי הערט
פֿונעם ייִדן, איז אַ סך ערגער פֿון אומקום, פֿיל שרעקלעכער װי טױט. אָט צו
װאָס דײַטשן האָבן דערפֿירט אינעם לאַגער הינטער לװאָװ: לױט זײער באַפֿעל
האָבן פֿריִער געבראַכטע ייִדן — דורכױס צוגעקליבענע ייִדן און ייִדענעס
מיט פֿײַנע פּנימער — געמוזט אױסגעפּוצטערהײט, װי צו אַ חתונה, באַגעגענען
עשעלאָנען מיט נײַ־געבראַכטע און זײ פֿאַרזיכערן:
    — איצט מעגט איר שױן זײַן רויִק.
    — דאַנקט גאָט!
    — דאָ װעט איר שױן בלײַבן לעבן.
    — זײַט זיכער…
    — דאָ װעט אײַך שױן זײַן גוט.
  
 דאָרע פֿאַרשרײַבט געטרײַ און ניט געכאַפּט, באַמיִענדיק זיך, דער עיקר,
אַז אינעם איבערגעבן אױף רוסיש דאָס, װאָס דער ייִד דערצײלט אױף ייִדיש,
זאָל ניט אַרײַן קײן גרײַזן און קײן פֿאַרװילדונגען פֿון דער רוסישער
שפּראַך. אירע פּלײצעס הױקערט זי דאָ גאַנצע שעהען מיט סבֿלנישער גרײטקײט,
פּונקט װי זי הױקערט זײ גאַנצע טעג בײַ איר אַרבעט אין שטאָטראַט. איר
פֿלײַסיקײט איז אַן אײַנגעװאָרצלטע, אַ שטענדיקע, געירשנט פֿון אַ טאַטן אַ
געלערנטן און פֿון זײדעס למדנים. אין תּוך גענומען איז איר ניט אין גאַנצן
קלאָר, װער דאַרף אָט די מי אירע לעבן אָט דעם ייִדן און װאָס װעט דערפֿון
אַרױסקומען. בלױז ערגעץ טיף אין זיך פֿילט זי, אַז דאָס אַלץ האָט אַ
שײַכות צו די פֿאַרשװוּנדענע גענאַדין און באָרען, צום אומקומען פֿון איר
פֿאָטער, פֿון איר גאַנצער משפּחה און פֿון אַלע אירע נאָענטע דאָ אין
שטאָט, פֿון װאַנען בלױז אײנציקע האָבן באַװיזן זיך ראַטעװען. מיט איר
פֿאָטער, װי מע דערצײלט איר איצט דאָ אין שטאָט, האָבן דאָך די דײַטשן
געטאָן כּמעט דאָס אײגענע, װאָס מיט די ייִדן אינעם לאַגער הינטער לװאָװ:
אינעם פֿרימאָרגן, איידער זײ האָבן אים אױפֿגעהאָנגען, האָבן זײ אים
אײַנגעשפּאַנט אין אַ װעגעלע, װי מע שפּאַנט אײַן אַ פֿערד — מיט אַ כאָמעט
און מיט אַ דוהע, — און אים געצװוּנגען שלעפּן אַ פֿאַס װאַסער איבער דער
הױפּטגאַס.
    פֿול מיט ערנסט איז דאָרעס פּנים און איר קול, בעת זי
לײענט איבער פֿאַרן ייִדן אײניקע פֿון זײַנע װערטער, איבערגעזעצט אין
רוסיש, און װיל װיסן, צי האָט זי זײ ריכטיק פֿאַרטײַטשט.
    —יאָ, — טוט אומעטיק זיך אַ שאָקל דער ייִד און טראַכט אַ װײַלע, — אַזױ, אַ פּנים, איז עס.
    ער האָט איר אײן מאָל אין אַזאַ פֿאַל שױן געענטפֿערט:
    — מיך פֿרעגט איר דאָ מבֿינות?… װאָס קען איך אײַך דערויף  זאָגן?… די צרות זײַנען געװען אױף ייִדיש…
  
 דעם ייִדנס פֿאַרשװאַרצט פּנים דערמאָנט אין אַ האָלעװעשקע, געראַטעװעט
פֿון פֿלאַמען און פֿון שׂרפֿות. עס פֿילט זיך פֿון אים, אַזױ דאַכט זיך,
אַ ריח פֿון געסמאַליעטע בײנער. דאָרע האָט פֿון זײַנט װעגן צוגעמאָסטעט
צום טיש אַ לאַנגע באַנק, ער זאָל קענען זיך צושפּאַרן און האַלב ליגן. קױם
װאָס ער רעדט, אַזױ אָפּגעשװאַכט איז אַלץ, װאָס אין אים איז נאָך געבליבן
לעבן; און דערצײלן דערצײלט ער דערװײַל נאָך אַלץ װעגן אײנער פֿון די ערשטע
פּאַרטיעס, װאָס מע האָט אַװעקגעפֿירט פֿונעם טױטן־לאַגער אױף אָפּצוסמען
אין דער „קאַמערע“ און אױף צו פֿאַרברענען. און פּאַרטיעס האָט מען פֿון
דאָרט געפֿירט אַ סך, אַ סך, גאָר אָן אַ שיעור. און אין יעדער פּאַרטיע
האָט ער אַ באַזונדער סימן, װאָס לאָזט ניט, ער זאָל זי פֿאַרפֿעלן.
  
 — אין אײן פּאַרטיע, — דערצײלט ער, — איז געװען אַ יונגע פֿרױ, זײער אַ
גרױסע שײנהײט… אַ קראַסאַװיצע — גאָר ניט אױסצומאָלן, אױספֿאָרן װעלטן.
און געװען איז אין יענער פּאַרטיע אײנער נאָך גאָר אַ יונגער מאָלער — אױך
אַ ייִד. פֿלעגן די דײַטשן אים אַנידערזעצן, ער זאָל זי אַראָפּמאָלן, װי
די מאַמע האָט זי געהאַט, מיט אַלערלײ פֿאַרבן. און ער פֿלעגט זי באַמאָלן
און װײנען, באַמאָלן און װײנען, און זי האָט זיך אַלץ אײַנגערעדט, אַז מע
װעט זי לאָזן לעבן — אַלץ איבער איר שײנקײט. און אױך דער יונגער־מאַן, דער
מאָלער, האָט אַזױ געגלײבט, און אױך אַנדערע האָבן געגלײבט. און נאָך דעם,
אַז מע האָט זי דאָך גענומען פֿירן אין אײנעם מיט אַלע אין דער קאַמערע…
  
 דאָרע פֿאַרשרײַבט גיך־גיך, פֿאַרגעסנדיק שױן גאָר אין גאַנצן, אַז זי
דאַרף זיך היטן, עס זאָלן זיך ניט אַרײַנכאַפּן קײן גרײַזן בײַם איבערגעבן
דעם ייִדנס ייִדישע װערטער אױף רוסיש. דער ייִד איז מיט אַ מאָל אַנטשװיגן
געװאָרן — פֿון שװאַכקײט, אַ פּנים. דאָרע װאַרט צו אַ װײַלע, ניט
אָפּרײַסנדיק די אױגן פֿון די פֿריש אָנגעשריבענע שורות. און פּלוצעם הײבט
אָן דערגײן צו איר זײער אַ שטיל כליפּערײַ, באַגלײט מיט נאָך שטילערע היכצן
און קרעכצן. זי דערהערט אַ נאָגנדיקן געיאָמער, װי אַ זשומערײַ פֿון אַ
פֿליג, װאָס װאָלט כּסדר זיך קלאַפּן און קלאַפּן אין פֿענצטער און װאָלט
אומעטום זיך אָנשטױסן אױף גלאָז — אױף גלאָז פֿון שױבן. דאָרען איז אַ
װוּנדער: װעגן אַלע מערדערײַען האָט דעם ייִדן געקלעקט שטאַרקײט צו
דערצײלן, און איצט װײנט ער. טרערן רינען אײנע נאָך אײנע איבער זײַן לענגלעך
פּנים דורך די פֿיל קנײטשן און בלײַבן הענגען אױף די אײנציקע האָר, װאָס
שטעקן אין זײַן אױסגעפֿאַלענעם בערדל, — האָר גראָבע, װי שטרױ. געשניטן מיט
אַ סערפּ.
    — װאָס איז מיט אײַך? — פֿרעגט דאָרע בײַם ייִדן. — איר װײנט?
  
 — יאָ, — כליפּעט קױם אַרױס דער ייִד, — אױף אָט דער שײנקײט אירער, װאָס
זײ האָבן פֿאַרברענט… עס כאַפּט זײער אָן בײַם האַרצן. װירקלעך, עס
כאַפּט זײער אָן בײַם האַרצן. דאָרע טוט פּלוצעם אַ װאָרף איר קאָפּ אױף די
עלנבױגנס, װאָס זי האַלט אױפֿן טיש. און װאָס מער זי באַמיט זיך
אײַנצוהאַלטן אין זיך דאָס געװײן, אַלץ מער טרײסלען זיך אירע אַקסלען. מיט
אַלע חושים פֿילט זי, אַז זי באַװײנט אַ בראָך, װאָס איז ברײט װי אַ ים, זי
באַװײנט אומגעקומענע שײנקײט: גאָט אין הימל!… װיפֿל שײנקײט זײ האָבן
אומגעבראַכט…
    װען דאָרע שטילט זיך אײַן, דערזעט זי, אַז דער
אױסגעמאַטערטער ייִד דרימלט — אים האָט אײַנגעשלעפֿערט זײַן
אָפּגעשװאַכטקײט. מיט פֿאַרװײנטע אױגן קוקט זי זיך אײַן אין װײַטן
צימער־װינקל, װי מע קוקט זיך אײַן אין אַ פּוסטקײט. זי װאַרט אַ מינוט
פֿינף און מער, און אין איר מוח דרײען זיך פֿון זיך אַלײן די װערטער, װאָס
זײַנען אױפֿגעשריבן דאָ אין שטאָט אױף אַ גאַנץ געבליבענער װאַנט. מעכאַניש
פֿאַרשרײַבט איר האַנט אױף דער לינקער רײנער זײַט פֿונעם לעצטן
פֿאַרשריבענעם בלעטל:
    „חנהן האָט מען אַװעקגעפֿירט פֿון געטאָ דעם 27סטן גאַנץ פֿרי“…
  
 נאָר דער ייִד דרימלט נאָך אַלץ האַלב ליגנדיק אױף דער באַנק, װאָס זי
האָט דאָ פֿון זײַנט װעגן צוגעמאָסטעט צום טיש. דורך די פֿיל קנײטשן, װי
דורך טיפֿע רינװעלעך, פֿליסט אַ טױטע טונקלקײט צו די שװאַרצע גריבער, װאָס
אונטער זײַנע צוגעמאַכטע אױגן, און בײַ דער שײַן פֿונעם אײנציקן עלעקטרישן
לעמפּל, װאָס זיפּט זיך פֿון אױבן דורך דעם שיטערן זײַדנס, זעט אױס זײַן
פּנים װי דאָס װאַקסענע פּנים פֿון אַ טױטן אין אַ טרונע. דאָרע געדענקט
איר פֿאָטערס פּנים: ציגל ראָזעװע באַקן פֿון אַ פֿעסטן, ברײט־אַקסלדיקן
זקן — פֿון יענע, װאָס בלײַבן ענערגיש און פֿול מיט אימפּעט ביז די לעצטע
מינוטן פֿון זײער לעבן, — באַקן, װאָס זײַנען אָנגעגאָסן מיט חכמה אין אַלע
זײערע צעהאַקטע שפּעלטיקלעך. אומגעריכט פֿאַר זיך אַלײן הײבט זי אָן
פֿאַרשרײַבן אױף דער לינקער רײנער זײַט פֿונעם לעצטן בלעטל:
    „…און
די מאַמע, װאָס האָט מיט אים דורכגעמאַכט אַ לאַנג לעבן, האָט שטענדיק
געהיט זײַן געזונט, װי דאָס װאָלט זײַן איר הױפּטבאַרוף אין לעבן. געװען
איז זי פֿון בעסאַראַביע — זײער אַן איבערגעגעבענע, אַ קרעפֿטיקע נאָך אױך
אין אירע עלטערע יאָרן. קײנער פֿון די קינדער געדענקט ניט, מע זאָל װען ניט
איז אין איר לעבן האָבן גערופֿן צו איר אַ דאָקטער. און מיר דערצײלט מען
דאָ, אַז אין יענעם אינדערפֿרי, װען זי האָט זיך דערװוּסט, אַז די דײַטשן
האָבן דעם טאַטן אײַנגעשפּאַנט אין װאָגן, ער זאָל שלעפּן איבער דער
הױפּטגאַס אַ פֿאַס װאַסער, האָט זי זיך אַרױסגעגנבֿעט פֿון געטאָ,
פֿאַרבונדן איר קאָפּ און איר פּנים אין אַ פּױערש טיכל און איז אַװעק
העלפֿן דעם טאַטן שלעפּן דעם װאָגן. די דײַטשן האָבן זי אַלע מאָל
אָפּגעטריבן, און זי האָט זיך אַלע מאָל בײַ נײַס דורכגעריסן צום װאָגן און
האָט אים אונטערגעשטופּט. די דײַטשן האָבן גענומען זי שלאָגן און האָבן זי
אומגעװאַלגערט. זי איז געבליבן ליגן אין אַ טײַך בלוט, נאָר אין אַ װײַלע
אַרום האָט זי זיך אױפֿגעהױבן און, צעשלאָגן, דורכױס אין בלוט, װאָס האָט
גערונען פֿון איר פּנים און פֿאַרנעצט די צעשמיסענע האָר אױף איר קאָפּ,
בײַ נײַס גענומען אונטערשטופּן דעם װאָגן, און דאָס איז געװען איר מלחמה
מיט די דײַטשן, װײַל ניט בלױז מיט ביקסן און מיט קױלן האָט מען מלחמה
געהאַלטן און גובֿר געװען די דײַטשן, נאָר אױך מיט שײנקײט, מיט געװײנלעכער
מענטשלעכער שײנקײט“.

יידיש עברית

3.
    דאָס פֿײַערל פֿונעם אײנציקן עלעקטרישן לעמפּל זיפּט זיך קױם־קױם דורכן שיטערן זײַדנס, און בײַ אָט דער שײַן, װאָס באַלײַכט קנאַפּ די אַרומיקע קאַלטע פּוסטקײט, זיצט דאָרע גאַנצע אָװנטן אַקעגן דעם פֿרעמדן ייִדן, דעם בלעכער פֿון מערבֿ־אוקראַיִנע, און פֿאַרשרײַבט אַלץ, װאָס ער דערצײלט װעגן דעם טױטן־לאַגער הינטער לװאָװ.
    דאָס, װאָס זי הערט פֿונעם ייִדן, איז אַ סך ערגער פֿון אומקום, פֿיל שרעקלעכער װי טױט. אָט צו װאָס דײַטשן האָבן דערפֿירט אינעם לאַגער הינטער לװאָװ: לױט זײער באַפֿעל האָבן פֿריִער געבראַכטע ייִדן — דורכױס צוגעקליבענע ייִדן און ייִדענעס מיט פֿײַנע פּנימער — געמוזט אױסגעפּוצטערהײט, װי צו אַ חתונה, באַגעגענען עשעלאָנען מיט נײַ־געבראַכטע און זײ פֿאַרזיכערן:
    — איצט מעגט איר שױן זײַן רויִק.
    — דאַנקט גאָט!
    — דאָ װעט איר שױן בלײַבן לעבן.
    — זײַט זיכער…
    — דאָ װעט אײַך שױן זײַן גוט.
    דאָרע פֿאַרשרײַבט געטרײַ און ניט געכאַפּט, באַמיִענדיק זיך, דער עיקר, אַז אינעם איבערגעבן אױף רוסיש דאָס, װאָס דער ייִד דערצײלט אױף ייִדיש, זאָל ניט אַרײַן קײן גרײַזן און קײן פֿאַרװילדונגען פֿון דער רוסישער שפּראַך. אירע פּלײצעס הױקערט זי דאָ גאַנצע שעהען מיט סבֿלנישער גרײטקײט, פּונקט װי זי הױקערט זײ גאַנצע טעג בײַ איר אַרבעט אין שטאָטראַט. איר פֿלײַסיקײט איז אַן אײַנגעװאָרצלטע, אַ שטענדיקע, געירשנט פֿון אַ טאַטן אַ געלערנטן און פֿון זײדעס למדנים. אין תּוך גענומען איז איר ניט אין גאַנצן קלאָר, װער דאַרף אָט די מי אירע לעבן אָט דעם ייִדן און װאָס װעט דערפֿון אַרױסקומען. בלױז ערגעץ טיף אין זיך פֿילט זי, אַז דאָס אַלץ האָט אַ שײַכות צו די פֿאַרשװוּנדענע גענאַדין און באָרען, צום אומקומען פֿון איר פֿאָטער, פֿון איר גאַנצער משפּחה און פֿון אַלע אירע נאָענטע דאָ אין שטאָט, פֿון װאַנען בלױז אײנציקע האָבן באַװיזן זיך ראַטעװען. מיט איר פֿאָטער, װי מע דערצײלט איר איצט דאָ אין שטאָט, האָבן דאָך די דײַטשן געטאָן כּמעט דאָס אײגענע, װאָס מיט די ייִדן אינעם לאַגער הינטער לװאָװ: אינעם פֿרימאָרגן, איידער זײ האָבן אים אױפֿגעהאָנגען, האָבן זײ אים אײַנגעשפּאַנט אין אַ װעגעלע, װי מע שפּאַנט אײַן אַ פֿערד — מיט אַ כאָמעט און מיט אַ דוהע, — און אים געצװוּנגען שלעפּן אַ פֿאַס װאַסער איבער דער הױפּטגאַס.
    פֿול מיט ערנסט איז דאָרעס פּנים און איר קול, בעת זי לײענט איבער פֿאַרן ייִדן אײניקע פֿון זײַנע װערטער, איבערגעזעצט אין רוסיש, און װיל װיסן, צי האָט זי זײ ריכטיק פֿאַרטײַטשט.
    —יאָ, — טוט אומעטיק זיך אַ שאָקל דער ייִד און טראַכט אַ װײַלע, — אַזױ, אַ פּנים, איז עס.
    ער האָט איר אײן מאָל אין אַזאַ פֿאַל שױן געענטפֿערט:
    — מיך פֿרעגט איר דאָ מבֿינות?… װאָס קען איך אײַך דערויף  זאָגן?… די צרות זײַנען געװען אױף ייִדיש…
    דעם ייִדנס פֿאַרשװאַרצט פּנים דערמאָנט אין אַ האָלעװעשקע, געראַטעװעט פֿון פֿלאַמען און פֿון שׂרפֿות. עס פֿילט זיך פֿון אים, אַזױ דאַכט זיך, אַ ריח פֿון געסמאַליעטע בײנער. דאָרע האָט פֿון זײַנט װעגן צוגעמאָסטעט צום טיש אַ לאַנגע באַנק, ער זאָל קענען זיך צושפּאַרן און האַלב ליגן. קױם װאָס ער רעדט, אַזױ אָפּגעשװאַכט איז אַלץ, װאָס אין אים איז נאָך געבליבן לעבן; און דערצײלן דערצײלט ער דערװײַל נאָך אַלץ װעגן אײנער פֿון די ערשטע פּאַרטיעס, װאָס מע האָט אַװעקגעפֿירט פֿונעם טױטן־לאַגער אױף אָפּצוסמען אין דער „קאַמערע“ און אױף צו פֿאַרברענען. און פּאַרטיעס האָט מען פֿון דאָרט געפֿירט אַ סך, אַ סך, גאָר אָן אַ שיעור. און אין יעדער פּאַרטיע האָט ער אַ באַזונדער סימן, װאָס לאָזט ניט, ער זאָל זי פֿאַרפֿעלן.
    — אין אײן פּאַרטיע, — דערצײלט ער, — איז געװען אַ יונגע פֿרױ, זײער אַ גרױסע שײנהײט… אַ קראַסאַװיצע — גאָר ניט אױסצומאָלן, אױספֿאָרן װעלטן. און געװען איז אין יענער פּאַרטיע אײנער נאָך גאָר אַ יונגער מאָלער — אױך אַ ייִד. פֿלעגן די דײַטשן אים אַנידערזעצן, ער זאָל זי אַראָפּמאָלן, װי די מאַמע האָט זי געהאַט, מיט אַלערלײ פֿאַרבן. און ער פֿלעגט זי באַמאָלן און װײנען, באַמאָלן און װײנען, און זי האָט זיך אַלץ אײַנגערעדט, אַז מע װעט זי לאָזן לעבן — אַלץ איבער איר שײנקײט. און אױך דער יונגער־מאַן, דער מאָלער, האָט אַזױ געגלײבט, און אױך אַנדערע האָבן געגלײבט. און נאָך דעם, אַז מע האָט זי דאָך גענומען פֿירן אין אײנעם מיט אַלע אין דער קאַמערע…
    דאָרע פֿאַרשרײַבט גיך־גיך, פֿאַרגעסנדיק שױן גאָר אין גאַנצן, אַז זי דאַרף זיך היטן, עס זאָלן זיך ניט אַרײַנכאַפּן קײן גרײַזן בײַם איבערגעבן דעם ייִדנס ייִדישע װערטער אױף רוסיש. דער ייִד איז מיט אַ מאָל אַנטשװיגן געװאָרן — פֿון שװאַכקײט, אַ פּנים. דאָרע װאַרט צו אַ װײַלע, ניט אָפּרײַסנדיק די אױגן פֿון די פֿריש אָנגעשריבענע שורות. און פּלוצעם הײבט אָן דערגײן צו איר זײער אַ שטיל כליפּערײַ, באַגלײט מיט נאָך שטילערע היכצן און קרעכצן. זי דערהערט אַ נאָגנדיקן געיאָמער, װי אַ זשומערײַ פֿון אַ פֿליג, װאָס װאָלט כּסדר זיך קלאַפּן און קלאַפּן אין פֿענצטער און װאָלט אומעטום זיך אָנשטױסן אױף גלאָז — אױף גלאָז פֿון שױבן. דאָרען איז אַ װוּנדער: װעגן אַלע מערדערײַען האָט דעם ייִדן געקלעקט שטאַרקײט צו דערצײלן, און איצט װײנט ער. טרערן רינען אײנע נאָך אײנע איבער זײַן לענגלעך פּנים דורך די פֿיל קנײטשן און בלײַבן הענגען אױף די אײנציקע האָר, װאָס שטעקן אין זײַן אױסגעפֿאַלענעם בערדל, — האָר גראָבע, װי שטרױ. געשניטן מיט אַ סערפּ.
    — װאָס איז מיט אײַך? — פֿרעגט דאָרע בײַם ייִדן. — איר װײנט?
    — יאָ, — כליפּעט קױם אַרױס דער ייִד, — אױף אָט דער שײנקײט אירער, װאָס זײ האָבן פֿאַרברענט… עס כאַפּט זײער אָן בײַם האַרצן. װירקלעך, עס כאַפּט זײער אָן בײַם האַרצן. דאָרע טוט פּלוצעם אַ װאָרף איר קאָפּ אױף די עלנבױגנס, װאָס זי האַלט אױפֿן טיש. און װאָס מער זי באַמיט זיך אײַנצוהאַלטן אין זיך דאָס געװײן, אַלץ מער טרײסלען זיך אירע אַקסלען. מיט אַלע חושים פֿילט זי, אַז זי באַװײנט אַ בראָך, װאָס איז ברײט װי אַ ים, זי באַװײנט אומגעקומענע שײנקײט: גאָט אין הימל!… װיפֿל שײנקײט זײ האָבן אומגעבראַכט…
    װען דאָרע שטילט זיך אײַן, דערזעט זי, אַז דער אױסגעמאַטערטער ייִד דרימלט — אים האָט אײַנגעשלעפֿערט זײַן אָפּגעשװאַכטקײט. מיט פֿאַרװײנטע אױגן קוקט זי זיך אײַן אין װײַטן צימער־װינקל, װי מע קוקט זיך אײַן אין אַ פּוסטקײט. זי װאַרט אַ מינוט פֿינף און מער, און אין איר מוח דרײען זיך פֿון זיך אַלײן די װערטער, װאָס זײַנען אױפֿגעשריבן דאָ אין שטאָט אױף אַ גאַנץ געבליבענער װאַנט. מעכאַניש פֿאַרשרײַבט איר האַנט אױף דער לינקער רײנער זײַט פֿונעם לעצטן פֿאַרשריבענעם בלעטל:
    „חנהן האָט מען אַװעקגעפֿירט פֿון געטאָ דעם 27סטן גאַנץ פֿרי“…
    נאָר דער ייִד דרימלט נאָך אַלץ האַלב ליגנדיק אױף דער באַנק, װאָס זי האָט דאָ פֿון זײַנט װעגן צוגעמאָסטעט צום טיש. דורך די פֿיל קנײטשן, װי דורך טיפֿע רינװעלעך, פֿליסט אַ טױטע טונקלקײט צו די שװאַרצע גריבער, װאָס אונטער זײַנע צוגעמאַכטע אױגן, און בײַ דער שײַן פֿונעם אײנציקן עלעקטרישן לעמפּל, װאָס זיפּט זיך פֿון אױבן דורך דעם שיטערן זײַדנס, זעט אױס זײַן פּנים װי דאָס װאַקסענע פּנים פֿון אַ טױטן אין אַ טרונע. דאָרע געדענקט איר פֿאָטערס פּנים: ציגל ראָזעװע באַקן פֿון אַ פֿעסטן, ברײט־אַקסלדיקן זקן — פֿון יענע, װאָס בלײַבן ענערגיש און פֿול מיט אימפּעט ביז די לעצטע מינוטן פֿון זײער לעבן, — באַקן, װאָס זײַנען אָנגעגאָסן מיט חכמה אין אַלע זײערע צעהאַקטע שפּעלטיקלעך. אומגעריכט פֿאַר זיך אַלײן הײבט זי אָן פֿאַרשרײַבן אױף דער לינקער רײנער זײַט פֿונעם לעצטן בלעטל:
    „…און די מאַמע, װאָס האָט מיט אים דורכגעמאַכט אַ לאַנג לעבן, האָט שטענדיק געהיט זײַן געזונט, װי דאָס װאָלט זײַן איר הױפּטבאַרוף אין לעבן. געװען איז זי פֿון בעסאַראַביע — זײער אַן איבערגעגעבענע, אַ קרעפֿטיקע נאָך אױך אין אירע עלטערע יאָרן. קײנער פֿון די קינדער געדענקט ניט, מע זאָל װען ניט איז אין איר לעבן האָבן גערופֿן צו איר אַ דאָקטער. און מיר דערצײלט מען דאָ, אַז אין יענעם אינדערפֿרי, װען זי האָט זיך דערװוּסט, אַז די דײַטשן האָבן דעם טאַטן אײַנגעשפּאַנט אין װאָגן, ער זאָל שלעפּן איבער דער הױפּטגאַס אַ פֿאַס װאַסער, האָט זי זיך אַרױסגעגנבֿעט פֿון געטאָ, פֿאַרבונדן איר קאָפּ און איר פּנים אין אַ פּױערש טיכל און איז אַװעק העלפֿן דעם טאַטן שלעפּן דעם װאָגן. די דײַטשן האָבן זי אַלע מאָל אָפּגעטריבן, און זי האָט זיך אַלע מאָל בײַ נײַס דורכגעריסן צום װאָגן און האָט אים אונטערגעשטופּט. די דײַטשן האָבן גענומען זי שלאָגן און האָבן זי אומגעװאַלגערט. זי איז געבליבן ליגן אין אַ טײַך בלוט, נאָר אין אַ װײַלע אַרום האָט זי זיך אױפֿגעהױבן און, צעשלאָגן, דורכױס אין בלוט, װאָס האָט גערונען פֿון איר פּנים און פֿאַרנעצט די צעשמיסענע האָר אױף איר קאָפּ, בײַ נײַס גענומען אונטערשטופּן דעם װאָגן, און דאָס איז געװען איר מלחמה מיט די דײַטשן, װײַל ניט בלױז מיט ביקסן און מיט קױלן האָט מען מלחמה געהאַלטן און גובֿר געװען די דײַטשן, נאָר אױך מיט שײנקײט, מיט געװײנלעכער מענטשלעכער שײנקײט“.

3.
    האור הקלוש של נורת החשמל מסתנן בקושי דרך כיסוי המשי של הנברשת, אבל די בו כדי להאיר את שיממון החדר הקר. דורה יושבת ערבים שלמים מול היהודי הזר, הנַפח שהגיע לכאן ממערב אוקראינה, ורושמת כל מה שהוא מספר על מחנה ההשמדה שבפאתי לבוב.
    היא שומעת מפיו סיפורים מפחידים, גרועים בהרבה ממוות: הגרמנים בחרו יהודים ויהודיות יפי-תואר, ציוו עליהם להתקשט ולהתהדר בבגדים נאים כמו שלובשים לשמחת כלולות, העמידו אותם על הרציף וציוו עליהם לקבל את פני הבאים ברכבות המוות בחיוכים ובהבטחות:
    "כעת אתם יכולים להיות שקטים ורגועים."
     "תודה לאל!"
    "תהיו בטוחים…"
    "כאן יהיה לכם טוב."
    דורה רושמת הכול במסירות ובחריצות. היא משתדלת מאוד לא לשגות כשהיא מתרגמת לרוסית את מה שהיהודי אומר ביידיש. חשוב לה שלא תיפול שום טעות ושום חריגה מכללי השפה הרוסית. היא כותבת בסבלנות רבה, וכתפיה רוכנות על הנייר במשך שעות ארוכות, בדיוק כפי שהיא רוכנת ימים שלמים על שולחן העבודה שלה במועצת העיר.
    החריצות שלה היא פרי מורשת שורשית שקיבלה מאביה המשכיל ומאבות אבותיה הלמדנים. עם זאת, לא כל כך ברור לה מי זקוק לפרי מאמציה כאן, ליד היהודי הזה, ומה התועלת שתצמח מהם. אבל במעמקי נפשה היא מרגישה שכל זה קשור לשני אחֶיה שנעלמו בחזית, למות אביה על הגרדום, לאובדן משפחתה וכל הקרובים ללבה. רק מעטים ניצלו.
    לא מזמן סיפרו לה שהגרמנים נהגו באביה כפי שנהגו ביהודים במחנות ההשמדה: בבוקר השכם, לפני שהובילו אותו אל עמוד התלייה, הם העמיסו חבית מלאה מים על עגלה, רתמו את אביה לעגלה כפי שרותמים סוס – עם רסן ומתג על הראש – והכריחו אותו לגרור את העגלה העמוסה במעלה הרחוב הראשי.
    פניה של דורה מרצינות כשהיא קוראת באוזני היהודי כמה מילים שלו, שהיא תרגמה לרוסית. היא רוצה לוודא שתרגמה נכון.
    "כן", מניע היהודי את ראשו. הוא מהרהר לרגע, ואומר: "ככה זה, כנראה."
    פעם, כששאלה אותו אם התרגום מתאים, ענה לה: "את שואלת אותי כאילו שאני מבין… מה אני יכול לומר על זה?… הצרות היו ביידיש…"
    פניו המושחרים מזכירים אוד מוצל מאש. נדמה לה שאפילו נודף ממנו ריח של עצמות חרוכות.
    דורה העמידה ספסל ארוך ליד השולחן, כדי שהיהודי יוכל לשכב עליו. הוא נחלש מאוד, והוא מדבר בקושי.
    כעת הוא מספר על אחת הקבוצות הראשונות שהובלה אל תאי הגזים, ומשם אל תנורי הקרמטוריום. היו הרבה קבוצות. הרבה, הרבה… אי-אפשר לספור כמה. כל קבוצה סומנה בנפרד, כדי שלא תחמוק…
    "באחת הקבוצות", סיפר היהודי, "הייתה אישה צעירה, יפהפייה… יופי נדיר. אין כמוהו בעולם. קשה לתאר את היופי הזה. בקבוצה הזו היה גם צייר יהודי צעיר. הגרמנים הפשיטו את האישה היפה, ודרשו מהצייר לצייר אותה עירומה כביום היוולדה. הוא צִייר ובכה. צִייר ובכה.  היא השלתה את עצמה שישאירו אותה בחיים בזכות יופייה. גם הצייר הצעיר האמין בזה. גם האנשים שהקיפו אותם. אבל הגרמנים הובילה אותה אל תא הגזים…
    דורה כותבת. מהר-מהר היא כותבת. היא שוכחת שעליה להקפיד שלא תשתרבב טעות בתרגום היידיש של היהודי לרוסית.
    היהודי משתתק פתאום. כנראה נתקף חולשה.
    דורה מחכה רגע. היא לא מסירה את מבטה מהשורות שכתבה. לפתע פורצת מגרונה יבבה חרישית, מלוּוָה אנחות וגניחות.
    היא שומעת יללה חנוקה, מין זמזום, כמו זבוב שמתדפק על שמשת חלון, ותוהה: היהודי אזר כוח לספר לה על כל מיני רציחות שהיה עֵד להן, וכעת הוא בוכה. הדמעות זולגות על פניו הארוכים, זורמות בתוך הקמטים העמוקים ונאחזות בקווצת שיער עבה ויבשה כמו קש, שמזדקרת מתוך זקנו הדליל.
    "מה קורה לך?", שואלת דורה, "אתה בוכה?"
    "כן", מייבב היהודי ופולט בקושי, אני בוכה על היופי שלה שהם שרפו… זה שובר את הלב…"
    כן, זה ממש שובר את הלב. דורה מניחה את המרפק על השולחן ומשעינה עליו את ראשה. היא מתאמצת לכבוש את בכייה, אבל כתפיה רוטטות. היא מרגישה בכל חושיה שהיא בוכה על אסון נורא; על פורענות רחבה כים. היא מקוננת על יופי שנכחד. אלוהים אדירים!… כמה יופי הם השמידו…
    לבסוף, כשהיא נרגעת, דורה רואה שהיהודי התשוש מנמנם. חולשתו הרדימה אותו. עיניה הדומעות פונות אל פינת חדר מרוחקת, כמי שמביט אל רִיק שומם. היא מחכה למעלה מחמש דקות, ובראשה מתערבלות המילים הכתובות על הקיר היחיד בעיר, שנותר שלם.
    ידה כותבת בצורה מכאנית בצד האחורי של הדף: "בשעת בוקר מוקדמת של העשרים ושבעה בחודש הובילו מכאן את יהודי הגטו".
    היהודי ממשיך לנמנם על הספסל שהיא העמידה סמוך לשולחן. חשכת-מוות זורמת בקמטים העמוקים שנחרשו בפניו ונקווית בשקערוריות העמוקות מתחת עיניו העצומות. באור הקלוש שמסתנן מן הנורה התלויה מעליו נראים פניו הצהובים כשעווה, כפני מת מוטל בארון קבורה.
    דורה זוכרת את דיוקן אביה: הקמטים שנוצרו על לחייו האדמדמות ספוגים חכמת-זקֵנים; כתפיו רחבות וחסונות. אביה נמנה עם אלה שנשארים חזקים ונמרצים עד הרגע האחרון בחייהם.
    היא מתחילה לרשום בהיסח-הדעת על הצד האחורי של הדף: "— ואמא, אמא שחָלקה איתו את חייה במשך שנים רבות, הקפידה תמיד לשמור על בריאותו. היא עשתה זאת כמי שזהו הייעוד העיקרי של חייו. היא, האם החסונה שהגיעה לכאן מבסרביה, הייתה אישה מסורה מאוד; אישה איתנה גם כשהזדקנה. ילדיה לא זכרו שֶאֵי-פעם הזמינו עבורה רופא. אנשים מספרים לי שכאשר נודע לה בבוקר ההוא שהגרמנים רתמו את אבא לעגלה וציוו עליו לגרור אותה עם חבית המים המלאה לאורך הרחוב הראשי, אמא מיהרה לעטוף את הראש במטפחת של איכרה, התגנבה מהגטו, ורצה לעזור לאבא לגרור את העגלה. הגרמנים הדפו אותה, והיא חזרה אל העגלה ועזרה לו. הגרמנים הצליפו בה, והיא חזרה. הם הצליפו בה שנית, הטילו אותה ארצה, וגלגלו אותה במורד הרחוב.  היא שכבה מתבוססת בדמה, אבל אחרי רגע קמה משלולית הדם, חזרה אל העגלה בפנים שטופי-דם, ושוב עזרה לו למשוך בעול. זו הייתה המלחמה שלה בגרמנים. לא רק ברובים ובכדורים נלחמים בגרמנים וגוברים עליהם. מנצחים אותם גם ביופי; יופי אנושי שכיח".

עברית

3.
    האור הקלוש של נורת החשמל מסתנן בקושי דרך כיסוי המשי של
הנברשת, אבל די בו כדי להאיר את שיממון החדר הקר. דורה יושבת ערבים שלמים
מול היהודי הזר, הנַפח שהגיע לכאן ממערב אוקראינה, ורושמת כל מה שהוא מספר
על מחנה ההשמדה שבפאתי לבוב.
    היא שומעת מפיו סיפורים מפחידים,
גרועים בהרבה ממוות: הגרמנים בחרו יהודים ויהודיות יפי-תואר, ציוו עליהם
להתקשט ולהתהדר בבגדים נאים כמו שלובשים לשמחת כלולות, העמידו אותם על
הרציף וציוו עליהם לקבל את פני הבאים ברכבות המוות בחיוכים ובהבטחות:
    "כעת אתם יכולים להיות שקטים ורגועים."
     "תודה לאל!"
    "תהיו בטוחים…"
    "כאן יהיה לכם טוב."
  
 דורה רושמת הכול במסירות ובחריצות. היא משתדלת מאוד לא לשגות כשהיא
מתרגמת לרוסית את מה שהיהודי אומר ביידיש. חשוב לה שלא תיפול שום טעות ושום
חריגה מכללי השפה הרוסית. היא כותבת בסבלנות רבה, וכתפיה רוכנות על הנייר
במשך שעות ארוכות, בדיוק כפי שהיא רוכנת ימים שלמים על שולחן העבודה שלה
במועצת העיר.
    החריצות שלה היא פרי מורשת שורשית שקיבלה מאביה
המשכיל ומאבות אבותיה הלמדנים. עם זאת, לא כל כך ברור לה מי זקוק לפרי
מאמציה כאן, ליד היהודי הזה, ומה התועלת שתצמח מהם. אבל במעמקי נפשה היא
מרגישה שכל זה קשור לשני אחֶיה שנעלמו בחזית, למות אביה על הגרדום, לאובדן
משפחתה וכל הקרובים ללבה. רק מעטים ניצלו.
    לא מזמן סיפרו לה
שהגרמנים נהגו באביה כפי שנהגו ביהודים במחנות ההשמדה: בבוקר השכם, לפני
שהובילו אותו אל עמוד התלייה, הם העמיסו חבית מלאה מים על עגלה, רתמו את
אביה לעגלה כפי שרותמים סוס – עם רסן ומתג על הראש – והכריחו אותו לגרור את
העגלה העמוסה במעלה הרחוב הראשי.
    פניה של דורה מרצינות כשהיא קוראת באוזני היהודי כמה מילים שלו, שהיא תרגמה לרוסית. היא רוצה לוודא שתרגמה נכון.
    "כן", מניע היהודי את ראשו. הוא מהרהר לרגע, ואומר: "ככה זה, כנראה."
    פעם, כששאלה אותו אם התרגום מתאים, ענה לה: "את שואלת אותי כאילו שאני מבין… מה אני יכול לומר על זה?… הצרות היו ביידיש…"
    פניו המושחרים מזכירים אוד מוצל מאש. נדמה לה שאפילו נודף ממנו ריח של עצמות חרוכות.
    דורה העמידה ספסל ארוך ליד השולחן, כדי שהיהודי יוכל לשכב עליו. הוא נחלש מאוד, והוא מדבר בקושי.
  
 כעת הוא מספר על אחת הקבוצות הראשונות שהובלה אל תאי הגזים, ומשם אל
תנורי הקרמטוריום. היו הרבה קבוצות. הרבה, הרבה… אי-אפשר לספור כמה. כל
קבוצה סומנה בנפרד, כדי שלא תחמוק…
    "באחת הקבוצות", סיפר היהודי,
"הייתה אישה צעירה, יפהפייה… יופי נדיר. אין כמוהו בעולם. קשה לתאר את
היופי הזה. בקבוצה הזו היה גם צייר יהודי צעיר. הגרמנים הפשיטו את האישה
היפה, ודרשו מהצייר לצייר אותה עירומה כביום היוולדה. הוא צִייר ובכה.
צִייר ובכה.  היא השלתה את עצמה שישאירו אותה בחיים בזכות יופייה. גם הצייר
הצעיר האמין בזה. גם האנשים שהקיפו אותם. אבל הגרמנים הובילה אותה אל תא
הגזים…
    דורה כותבת. מהר-מהר היא כותבת. היא שוכחת שעליה להקפיד שלא תשתרבב טעות בתרגום היידיש של היהודי לרוסית.
    היהודי משתתק פתאום. כנראה נתקף חולשה.
    דורה מחכה רגע. היא לא מסירה את מבטה מהשורות שכתבה. לפתע פורצת מגרונה יבבה חרישית, מלוּוָה אנחות וגניחות.
  
 היא שומעת יללה חנוקה, מין זמזום, כמו זבוב שמתדפק על שמשת חלון, ותוהה:
היהודי אזר כוח לספר לה על כל מיני רציחות שהיה עֵד להן, וכעת הוא בוכה.
הדמעות זולגות על פניו הארוכים, זורמות בתוך הקמטים העמוקים ונאחזות בקווצת
שיער עבה ויבשה כמו קש, שמזדקרת מתוך זקנו הדליל.
    "מה קורה לך?", שואלת דורה, "אתה בוכה?"
    "כן", מייבב היהודי ופולט בקושי, אני בוכה על היופי שלה שהם שרפו… זה שובר את הלב…"
  
 כן, זה ממש שובר את הלב. דורה מניחה את המרפק על השולחן ומשעינה עליו את
ראשה. היא מתאמצת לכבוש את בכייה, אבל כתפיה רוטטות. היא מרגישה בכל חושיה
שהיא בוכה על אסון נורא; על פורענות רחבה כים. היא מקוננת על יופי שנכחד.
אלוהים אדירים!… כמה יופי הם השמידו…
    לבסוף, כשהיא נרגעת, דורה
רואה שהיהודי התשוש מנמנם. חולשתו הרדימה אותו. עיניה הדומעות פונות אל
פינת חדר מרוחקת, כמי שמביט אל רִיק שומם. היא מחכה למעלה מחמש דקות,
ובראשה מתערבלות המילים הכתובות על הקיר היחיד בעיר, שנותר שלם.
    ידה כותבת בצורה מכאנית בצד האחורי של הדף: "בשעת בוקר מוקדמת של העשרים ושבעה בחודש הובילו מכאן את יהודי הגטו".
  
 היהודי ממשיך לנמנם על הספסל שהיא העמידה סמוך לשולחן. חשכת-מוות זורמת
בקמטים העמוקים שנחרשו בפניו ונקווית בשקערוריות העמוקות מתחת עיניו
העצומות. באור הקלוש שמסתנן מן הנורה התלויה מעליו נראים פניו הצהובים
כשעווה, כפני מת מוטל בארון קבורה.
    דורה זוכרת את דיוקן אביה:
הקמטים שנוצרו על לחייו האדמדמות ספוגים חכמת-זקֵנים; כתפיו רחבות וחסונות.
אביה נמנה עם אלה שנשארים חזקים ונמרצים עד הרגע האחרון בחייהם.
  
 היא מתחילה לרשום בהיסח-הדעת על הצד האחורי של הדף: "— ואמא, אמא שחָלקה
איתו את חייה במשך שנים רבות, הקפידה תמיד לשמור על בריאותו. היא עשתה זאת
כמי שזהו הייעוד העיקרי של חייו. היא, האם החסונה שהגיעה לכאן מבסרביה,
הייתה אישה מסורה מאוד; אישה איתנה גם כשהזדקנה. ילדיה לא זכרו שֶאֵי-פעם
הזמינו עבורה רופא. אנשים מספרים לי שכאשר נודע לה בבוקר ההוא שהגרמנים
רתמו את אבא לעגלה וציוו עליו לגרור אותה עם חבית המים המלאה לאורך הרחוב
הראשי, אמא מיהרה לעטוף את הראש במטפחת של איכרה, התגנבה מהגטו, ורצה לעזור
לאבא לגרור את העגלה. הגרמנים הדפו אותה, והיא חזרה אל העגלה ועזרה לו.
הגרמנים הצליפו בה, והיא חזרה. הם הצליפו בה שנית, הטילו אותה ארצה, וגלגלו
אותה במורד הרחוב.  היא שכבה מתבוססת בדמה, אבל אחרי רגע קמה משלולית הדם,
חזרה אל העגלה בפנים שטופי-דם, ושוב עזרה לו למשוך בעול. זו הייתה המלחמה
שלה בגרמנים. לא רק ברובים ובכדורים נלחמים בגרמנים וגוברים עליהם. מנצחים
אותם גם ביופי; יופי אנושי שכיח".

יידיש

 4.
    עס טרעפֿט:
    װען דאָרע פֿאַרזיצט זיך שפּעטלעך אין אָװנט מיטן ייִדן, קומט אַהער אַרײַן קיריל. גײן איז אים נאָך אַלץ ניט גרינג — זײַנער אַ פֿוס איז פֿון נאָך אַ פֿאַרװוּנדונג געבליבן אַ ביסל אײַנגעצױגן אין קני, און מע װײסט נאָך דערװײַל ניט, צי ער װעט זיך מיט דער צײַט אױסגלײַכן צי נײן. קיריל איז גרײט די רגע אַװעקצוגײן צוריק, נאָר דאָרע פֿאַרזיכערט אים, אַז ער שטערט ניט, און פֿאַרהאַלט אים.
    קיריל האָט, אײגנטלעך, ניט װוּהין צו אײַלן. זײַן גאַנצע משפּחה איז אומגעקומען. זײַן פֿאָטערס װױנונג — אױף אײן עטאַזש מיט די אַראָנסקיס — האָט ער געטראָפֿן פֿאַרקלאַפּט, פֿאַרצױגן מיט שפּינװעבס, פּוסט און פּונקט אַזױ פֿאַרװאַלגערט מיט שטוקאַטור־ברוך, װי דאָרע האָט דאָ צוריק מיט אַ װאָכן דרײַ געטראָפֿן אירע. שװײַגנדיק זיצט ער דאָ בײַם טיש. ער קוקט זיך אײַן אינעם ייִדן. קירילס יונג פּנים אין אײנעם מיט די גרױע אױגן זײַנען די גאַנצע צײַט אַ ביסל אָנגעשטרענגט, װי ער װאָלט װעלן גרינטלעך באַנעמען עפּעס אַזױנס, װאָס אים איז ניט אין גאַנצן קלאָר. ניט מיט װײניק ייִדן האָט ער פֿון קינדװײַז אָן זיך אָנגעזען דאָ אין שטאָט. מיט אײניקע קען ער זיך מער נאָענט. אַנדערש פֿון זײ אַלע זעט אים אױס אָט דער ייִד, װאָס איז, װי אים האָט געזאָגט דאָרע, געבליבן אײנער פֿון אַ מיליאָן, — ער איז אױסגעמאַטערט, אָפּגעשװאַכט, זינגט צו און שאָקלט זיך בײַם רײדן. און טאַקע װײַל קיריל פֿאַרשטײט ניט קײן ייִדיש, קומט אים פֿאָר, אַז דעם ייִדנס װערטער װעגן דעם טױטן־לאַגער הינטער לװאָװ זײַנען מסתּמא זײער טיפֿזיניקע און זײער שטאַרקע — װערטער װעגן אַ מיליאָן אומגעבראַכטע לעבנס. אַ קלײניקײט!
    אױף די באַשריבענע בלעטלעך, װאָס ליגן אױפֿן טיש לעבן דאָרען, קוקט ער דעריבער מיט אַ באַזונדערן אָפּשײַ. פֿון צוריק מיט אַ יאָר צען געדענקט זיך אים אַן אָװנט, װען זײַן פֿאָטער, דער פּראָפֿעסאָר ביריוקאָװ, האָט צום ערשטן מאָל פֿאַרשלעפּט פֿון ערגעץ צו זיך אַהײם מרדכי בענציִאָנאָװיטשן — אַ פּנים פֿון נאָך דער אַרבעט אין דער לאַבאָראַטאָריע פֿון „כימטרעסט“, װוּ דער פּראָפֿעסאָר ביריוקאָװ האָט דענסטמאָל געמאַכט זײַנע עקספּערימענטן אױף צו פֿאַרװאַנדלען עפּעס זײער שלעכט שמעקעװדיקס אין זײער שמעקעװדיקס. בײַם אַרײַנקומען פֿון גאַס האָבן זײ געהאַלטן אין סאַמע מיטן אַמפּערן זיך.
    — איך װײס אײן זאַך, — האָט האַלב װערטלענדיק זיך, האַלב ערנסט געטענהט מרדכי בענציִאָנאָװיטש, — דערװײַל שטינקט מסוכּן ניט בלױז אין דער גאַנצער לאַבאָראַטאָריע, נאָר אױך אַרום און אַרום אין אַלע קאָרידאָרן, איך קען דאָרט פּשוט ניט אײַנזיצן בײַ מיר אין קאַבינעט, און צי װעט דערפֿון אַ מאָל אָנהײבן שמעקן, איז גאָר אַ גרױסע פֿראַגע. איך גלײב ניט… און צו װאָס?… גענוג איז, אַז אין לעבן זאָל מען ניט שטערן צו פֿאַרשפּרײטן גוטע ריחות, אַלץ, װאָס איז פֿון דער נאַטור שמעקעװדיק.
    קיריל בלײַבט אַ װײַלע זיצן מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ, װי שמײכלענדיק פֿאָרױס פֿון זיך אַלײן און פֿון דעם, װאָס ער װעט באַלד זאָגן:
    — אין אָט די בלעטלעך דײַנע װאָלט מען, מעגלעך, געמעגט אַרײַנשרײַבן אױך װעגן אונדזערע בײדנס אַלטיטשקע — װעגן מײַן פֿאָטער און װעגן דײַנעם… דו פֿאַרשטײסט צי נײן — קאָמיוגיסטן…
    ער פֿאַרגעסט, אַז אײן פֿוס איז בײַ אים אײַנגעצױגן אין דער קני, און הײבט אָן אַרומצוהינקען אַהין און צוריק לעבן דאָרען. ער רעדט, װי זײַן טבֿע, מיט צו קורצע פֿראַזן און צו גרױסע אינטערװאַלן, בעת װעלכע זײַנע דינע ליפּן פֿאַרמאַכן זיך שטײַף, װי אױף ניט צו עפֿענען זיך שױן מער. און אַרום זײַן יונג מױל, װאָס װערט באַװאַקסן מיט אַ מילד טונקל בלאָנד בערדל, הײבט אָן אַרומצושװעבן אַ קינדערש־חנעװדיקע שעמעװדיקײט. ער רעדט אַזױ, אַקוראַט װי נאָך יעדער פֿראַזע װאָלט אים עמעצער אונטערטרײַבנדיק אַ שטױס געטאָן: „נו, װײַטער! װײַטער!“ ער דערמאָנט מיט זײַן רײדן אין אַן אײַנגעשטילטן ים, װאָס מיט דעם ריטמיש־פּאַמעלעכן אָנקלאַפּן זיך אָן די ברעגעס זאָגט ער אָן, אַז ער קען זײער שטאַרק רױשן.
    — יאָ… — זאָגט ער. קאָמיוגיסטן… עטלעכע־און־זעכציק־יאָריקע קאָמיוגיסטן.
    און ער דערצײלט דאָרען אַלץ, װאָס ער האָט זיך דאָ אין שטאָט דערװוּסט װעגן זײ — װעגן זײַן פֿאָטער און װעגן איר פֿאָטער:
    — װאַליען געדענקסטו?
    — װאַליע?… אין טעאַטער און אין קינאָ פֿלעג איך דיך זען מיט אַ מײדל, אַ שײנינקע. נאָך גאָר אַ יונגע — אַ יאָר זעכצן־זיבעצן.
    — נו, יאָ…
    װאַליע איז דאָס געקומען צו קירילס פֿאָטער אַהײם, צום פּראָפֿעסאָר ביריוקאָװן. דאָס איז געװען נאָך אין די ערשטע טעג פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע. װאַליע האָט אָפּגערופֿן דעם פּראָפֿעסאָר אױף אַ סוד:
    — מיר האָבן באַשלאָסן, אַז אין אײנער אַ לאַבאָראַטאָריע פֿון „כימטרעסט“ זאָלט איר אױספֿאַרטיקן האַנטגראַנאַטן און מיר װעלן די גראַנאַטן צושטעלן די פּאַרטיזאַנער.
    — „מיר“? — האָט זיך געװוּנדערט דער פּראָפֿעסאָר. — װער איז דער „מיר“?
    — מיר — די אונטערערדישע קאָמיוגישע אָרגאַניזאַציע.
    — מיט עלטערע האָט איר קאָנטאַקטירט?
    — זײַט רויִק…
    דעמלט האָט דער פּראָפֿעסאָר ביריוקאָװ זיך געהאַלטן אַן עצה מיט מרדכי בענציִאָנאָװיטשן און… בײדע — ער און מרדכי בענציִאָנאָװיטש — זײַנען, אַזױ קומט אױס, אינעם זיבעטן יאָרצענדליק פֿון זײער לעבן אַרײַנגעטראָטן אין דער אָרטיקער קאָמיוגישער אָרגאַניזאַציע.
    קיריל קנײטשט מיט די אַקסלען.
    — װי דו װילסט דיר, — זאָגט ער צו דאָרען, — אױף צו מאַכן צוריק יונג דעם אַלטן פֿאַוסטן האָבן דײַטשן געמוזט אַראָפּברענגען אַזאַ פֿינצטערן צינישן גײַסט, װי מעפֿיסטאָפֿעלן, און בײַ אונדז האָט עס דורכגעמאַכט דער לױכטיק־גלײבנדיקער גײַסט פֿון דער קאָמיוגיסטין װאַליע. צי ליגט ניט אױך אין דעם דער אונטערשײד צװישן אונדזער מענטשן און זײערן?
    דאָרע ענטפֿערט דערױף גאָרניט. זי האָט ניט געענדיקט, װי קיריל, קײן שום פֿילאָלאָגישע פֿאַקולטעטן און מוז נאָך גוט אַ טראַכט טאָן, װאָס ער מײנט. זי קוקט אױף קירילן אָנגעשטרענגט, מיט אַזאַ אױסדרוק, װי גלײַך איר װאָלט פֿון רגע צו רגע אַלץ מער געשטאָכן אין די שלײפֿן.   

    לפעמים, כשדורה יושבת בשעות הערב המאוחרות עם היהודי, נכנס לכאן קיריל. הוא מתקשה בהליכה, כי רגלו נפגעה בחזית, והברך נותרה כפופה וחסרת תנועה. לפי שעה, לא ברוראם היא תשוב להתיישר בעתיד. קיריל רואה את השניים, חושש שהוא מפריע, ומתכוון לצאת. אבל דורה מעכבת בעדו, ומבטיחה לו שהוא לא מפריע.
    בעצם, לקיריל אין לאן למהר. כל בני משפחתו נרצחו. כשחזר מהחזית מצא את דלת הדירה של בית אביו נעולה, קורי עכביש נמתחים לאורך קירות החדרים השוממים, וכמה רהיטים שבורים מוטלים בהם בערבוביה. מצב הדירה של בית הוריו היה זהה לזה שֶדורה מצאה בביתה לפני שלושה שבועות.
    כעת קיריל יושב ליד השולחן ושותק. עיניו האפורות מביטות ביהודי ופניו נמתחים במאמץ להבין מה שעדיין לא ברור לו. הוא הכיר יהודים רבים בעיר, והיה מקורב לכמה מהם.
    אבל היהודי הזה, היחיד שנותר בחיים מבין מיליון יהודים, נראה שונה. הוא תשוש, הוא חלוש. הוא מדבר בנעימה מתנגנת, ומתנועע תוך כדי דיבור. קיריל לא מבין יידיש; אבל הוא מבין את העוצמה ואת המשמעות העמוקה שבדברי היהודי הזה. הוא מדבר על מיליון נרצחים! זה לא דבר חסר משקל!…
    לכן הוא מביט ביראת כבוד בניירות הכתובים המונחים על השולחן ליד דורה…
    הוא נזכר באחד הערבים לפני עשר שנים, כשאביו, הפרופסור ביריוקוב, הביא לראשונה את מרדכי בנציונוביץ' אהרונסקי לביתו. הם חזרו, כנראה, אחרי יום עבודה במעבדה לכימיה, שבה אביו ערך ניסויים שמטרתם הייתה להמיר ריחות מצחינים בריחות נעימים.
    שניהם נכנסו לבית תוך כדי ויכוח: "אני יודע דבר אחד", טען מרדכי בנציונוביץ' ברצינות מהולה בבדיחות-דעת, "בינתיים יש סירחון מסוכן לא רק במעבדה, אלא גם מסביב, בכל הפרוזדורים. בגלל זה אני פשוט לא יכול לשבת במשרד שלי. האם הסירחון הזה ייהפך לריח ניחוח? – זו שאלה גדולה… אני לא מאמין שכך יהיה… לשם מה  הניסוי הזה?… די בכך שלא יפריעו להפיץ כל מה שמריח טוב מעצם טבעו.
    קיריל יושב לרגע בראש מורכן. על שפתיו עולה חיוך מר כהקדמה למה שהוא עומד לומר: "ראוי היה שייכתבו בדפים האלה גם על שני הזקֵנים שלנו; על אבי ועל אביך… את מבינה?… קומוניסטים…"
    הוא שוכח לרגע שהברך של רגלו האחת תפוסה. הוא קם ממקומו ומתחיל לצלוע הלוך וחזור ליד דורה. כמנהגו, הוא מדבר במשפטים קצרים, בהפסקות גדולות. כשהוא שותק, שפתיו הדקות נצמדות בכוח זו לזו, כאילו פיו לא ייפתח שנית כדי לומר דבר-מה. מבוכה ילדותית-חיננית מקיפה את פיו החתום, המוקף זקנקן ערמוני. הוא מדבר בדיוק כאילו מישהו דוחק בו אחרי כל משפט: "נו, תמשיך!… תמשיך, תמשיך!…"
    צורת הדיבור שלו מזכירה ים שנח מזעפו: גליו הקטנים מתדפקים בקצב איטי על החוף, אבל הרחש שלהם נשמע כאמירה שהוא יכול להרעים בקול סערה עזה.  
    "כן", הוא אומר, "קומוניסטים…  קומוניסטים בני למעלה מגיל שישים…"
    והוא מספר לדורה כל מה שנודע לו אודות אביו ואביה.
    "את זוכרת את ווֹלְיָה?"
    "ווֹלְיָה?… כן, ראיתי אותך בתיאטרון ובקולנוע עם נערה יפה, צעירה מאוד, בת שש-עשרה או שבע-עשרה…"
    "נו, כן".
    ווֹלְיָה באה אל בית אביו, הפרופסור ביריוקוב… זה היה בימים הראשונים של הכיבוש הנאצי. ווֹלְיָה קראה לפרופסור הצִדה, ולחשה באוזניו: "החלטנו שאתה תכין רימוני-יד באחת ממעבדות הכימיה שלך, ואנחנו נמסור אותם לפרטיזנים".
    "אנחנו?", התפלא הפרופסור, "מי זה 'אנחנו'?"
    "אנחנו – הארגון הקומונארי?? המחתרתי".
    "ואתם צריכים זקנים כמוני?"
     "כן, תהיה רגוע…"
    הפרופסור ביריוקוב התייעץ עם מרדכי בנציונוביץ' אהרונסקי, ו – – – שניהם, הוא ומרדכי בנציונוביץ', שני זקֵנים בעשור השביעי של חייהם, הצטרפו לארגון הקומונארי המחתרתי….
    קיריל מושך בכתפיו ומתכווץ.
    "אם תרצי, תביני…", הוא אומר לדורה, "הגרמנים היו צריכים להעלות מן השאול שטן ציניקן כמו מפיסטו, כדי להחזיר את פאוסט הזקֵן לימי נעוריו. אצלנו עשתה זאת אמונה טהורה של קומוניסטית צעירה, ווֹלְיָה… האם אין בכך סימן להבדל התהומי בינם ובינינו?"
    דורה לא עונה. היא, לא כמו קיריל, היא לא בוגרת הפקולטה לפילולוגיה. היא צריכה להתאמץ ולחשוב הרבה כדי להבין לְמה הוא מתכוון. היא שולחת אל קיריל מבט תוהה, וארשת פניה מעידה על כאב ראש הולך וגובר מרגע לרגע; כאב עז, כאילו משהו נוקב ברקותיה.    

הלינה אולומוצקי, הדאגה האחרונה 1944, 1945, עיפרון על נייר, אוסף המוזיאון לאומנות יד ושם, ירושלים, מתנת האמנית
יידיש

5.
    צוגעקומען אײן מאָל אין אָװנט צו דער טיר פֿון די אַראָנסקיס װױנונג, האָט קיריל דערהערט פֿון דאָרט דאָרעס אַ האַרצרײַסנדיק געשרײ, באַגלײט שיִער ניט מיט אַ היסטערישן קװיטש:
    — פּאָמאָגיטיע!!!
    אַזױ שרײַט מען אין מיטן דער נאַכט, װען מע װערט פּלוצעם באַפֿאַלן אױף אַ פּוסטער גאַס. זיכער, אַז אין עסצימער װעט ער טרעפֿן אַ גרױס איבערקערעניש, האָט קיריל זיך זײער אײַליק אַרײַנגעריסן אַהין אין טיר, נאָר צו זײַן באַװוּנדערונג דערזען דאָס זעלבע פּוסטלעך־צוגעקליבענע עסצימער, װאָס תּמיד. מער ניט, װאָס אױף דער צוגעמאָסטעטער באַנק לעבן דעם קײַלעכיקן פֿאַרשפּרײטן טיש איז דער ייִד דאָס מאָל געלעגן מער אױסגעצױגן, װי געװײנלעך. די הענט זײַנען אים געװען צונױפֿגעלײגט אױף דער ברוסט, און בײַ דער קנאַפּער שײַן, װאָס זיפּט זיך דורכן קאָלירטן זײַדנס, האָבן די לעפּלעך פֿון זײַנע צוגעמאַכטע אױגן אָפּגעלױכטן מיט גלאַנץ. אַ פּנים, פֿון דעם, װאָס מע האָט דאָ אױף אים געגאָסן װאַסער. באַגיסנדיק זיך מיט טרערן, איז דאָרע אַ לויף געגעבן צום טעלעפֿאָן אין װינקל און גענומען עפּעס אַרײַנשרײַען אין טרײַבל. מבֿולבל האָט גלײַך נאָך איר זיך אַ לאָז געטאָן קיריל און כּמעט מיט געװאַלד זי אָפּגעשלעפּט פֿון דאָרט:
    — דער טעלעפֿאָן אַרבעט דאָך ניט.
    — אַך, יאָ…
    דאָרע האָט אָפּגעאָטעמט װי נאָך אַ קאָשמאַר.
    — גאָט מײַנער!… ער גײט אױס, אָדער ער איז אפֿשר גאָר שױן אױסגעגאַנגען… װאָס זשע טוט מען איצט?… גאָט מײַנער!
    און אַ כאַפּ געטאָן אױף זיך איר מאַנטל, האָט זי אַװעקגעיאָגט ערגעץ װוּהין זוכן אַן אַרבעטנדיקן טעלעפֿאָן, אַרױסרופֿן „גיכע הילף“, זיך אַרײַנכאַפּן צו אירן אַ באַקאַנטן דאָקטער און אים אַהער ברענגען.
    פֿונעם שטאַרקן קלאַפּ, װאָס דאָרע האָט בײַם אַװעקלױפֿן געטאָן מיט דער טיר, האָט זיך אַ װיג געגעבן דער הענגענדיקער קאַרקאַס און דאָס עלעקטרישע פֿײַערל אונטערן זײַדנס האָט אױף אַ רגע זיך אַ זעץ געטאָן, װי אױף אױסגעלאָשן צו װערן. דערנאָך איז אין עסצימער מיט אַ מאָל געװאָרן זײער שטיל, און אָט די שטילקײט האָט גענומען געבן קירילן אַלץ מער און מער צו פֿילן, אַז ער געפֿינט זיך דאָ אױף דער װאַך אײנער אַלײן מיט אַ מענטשן, װאָס האַלט בײַם אױסגײן.
    אָנגעשטרענגט און פֿאַרשפּיצט איז געװען דעם ייִדנס נאָז מיט די געשלאָסענע אױגן און געשלאָסענעם מױל. אַזױ אָנגעשטרענגט און פֿאַרשפּיצט זעט אױס דאָס פּנים פֿון אַ מענטשן, װאָס האָט לאַנג און ערנסט געצילט אין עפּעס, נאָר געבליבן אין מיטן — ניט דערצילט. דאָ אױפֿן טיש זײַנען געלעגן די בלעטלעך מיט זײַן ניט פֿאַרענדיקטן דערצײלן װעגן אַ מיליאָן מענטשן, װאָס ער האָט אָנגעװױרן אינעם טױטן־לאַגער ערגעץ װוּ הינטער לװאָװ, — װעגן אַ גאַנצן מיליאָן! אין קירילס אױגן האָט דער ייִד איצט יעדן פֿאַלס אױסגעזען, װי אײנער פֿון די גרעסטע בעלי־עבֿירות אין דער װעלט.
    קיריל האָט זיך צוגעזעצט צום טיש. גענומען צורוקן צו זיך און אױפֿמישן די בלעטלעך, האָט ער דערפֿילט צו זײ עפּעס אומבאַקאַנטס, װי עס טרעפֿט געװײנלעך, װען מע זעט פֿאַר זיך די לעצטע אַרבעט, װאָס אַ מענטש האָט פֿאַרן טױט געטאָן, נאָר ניט דערטאָן. אין אָט די בלעטלעך, האָט ער זיך פֿאָרגעשטעלט, װעט ער אַװדאי געפֿינען עפּעס זײער שטאַרקס, אַזױנס, װאָס איז נאָך דורך קײנעם ביז איצט ניט אַרױסגעזאָגט געװאָרן. נאָר צו זײַן באַװוּנדערונג זײַנען דאָרט אַלע װערטער און פֿראַזן געװען זײער געװײנלעכע און פּראָסטע. טרוקן, כּמעט װי אין אַ פּראָטאָקאָל, איז אין אײנעם אַ בלעטל געװען באַשריבן, װי אַזױ אַ צו קינד גײענדיקע פֿרױ איז אומגעקומען לעבן אַ גרוב אין אײנעם מיט אַ געװאַלדיק גרױסער מענגע נאַקעט אױסגעטוענע און האַלב נאַקעטע מענטשן פֿון פֿאַרשײדענעם עלטער און פֿאַרשײדענעם געשלעכט.
    „און בעת אײנע פֿון די פֿיל קױלן האָט געטראָפֿן דער פֿרױ אין קאָפּ, האָט זי שױן געבױרן דאָס קינד. און װען מע האָט זי אַרײַנגעשטױסן אין גרוב אַרײַן, האָט איר זיך אין שטױב נאָכגעשלעפּט אַהין דאָס קינד, באַהעפֿט בײַם נאָפּל צו דער מוטער“.
    איבערגעלײענט װעגן דעם, פֿאַרקרימט ער זײַן פּנים, װי נאָך האָבן געלאָזט זיך אַרױסרײַסן אַ צאָן.
    אױף דער לינקער זײַט פֿון אַן אַנדער בלעטל געפֿינט ער די פּרטים פֿון מרדכי בענציִאָנאָװיטשעס טױט, פֿאַרשריבן מיט דאָרעס האַנט. און שױן אַלײן דער נאָמען „פּראָפֿעסאָר ביריוקאָװ“, װאָס זי דערמאָנט דאָרט עטלעכע מאָל, הײבט אָן אַרױסצורופֿן אין קירילן אַן אומגעהײַערע בענקשאַפֿט צום פֿאָטער — אַ שטאַרקע און קלעמענדיקע בענקשאַפֿט. דאָ, אין דער נאָענטקײט פֿונעם ייִדן, לעבן װעלכן ער איז געבליבן אױף דער װאַך, שװימט אױף בײַ אים אין זכּרון אײנער אַ מאָמענט פֿון זײַנע פֿריִע קינדער־יאָרן, װען ער אין אײנעם מיט אַנדערע עטלעכע קינדער אין הױף האָבן באַלײדיקט אַ ייִדיש ייִנגעלע. גראָד דענסטמאָל איז פֿון דער גאַס אָנגעקומען זײַן פֿאָטער און אײַליק אים אַרײַנגערופֿן אין שטוב אַרײַן, אים אַרײַנגערופֿן זײער שטרענג, װי אױף באַלד מקײם־פּסק צו זײַן, נאָר דאָך, אַרײַנקומענדיק אין קאָרידאָרל, זיך דערמאָנט, אַז ער האָט עפּעס נײטיקס צו טאָן, און איז גלײַך אַװעק צו זיך אין קאַבינעט. ערשט אין אָװנט האָט אים דער פֿאָטער אַרײַנגערופֿן צו זיך אין קאַבינעט, פֿאַרשלאָסן נאָך זיך די טיר און אים כּלומרשט אױסגעזאָגט אַן ערנסטן סוד, אַז ער, דער פּראָפֿעסאָר ביריוקאָװ, איז גאָר אין דער אמתן… נו, יאָ… זײַן פֿאַמיליע איז אין דער אמתן גאָר אַבראַמסאָן — גאָר אַ ייִד, הײסט עס… אַ שטיק צײַט האָט דער פֿאָטער נאָך דעם אים, קירילן, געלאָזט מײנען, אַז ער איז אַ ייִד.
    װאָס מער קיריל האָט זיך דערמאָנט אָנעם פֿאָטער, אַלץ שטאַרקער האָט אים דורכגענומען זײַן בענקשאַפֿט און געפֿאָדערט, ער זאָל זי אין עפּעס אױסגיסן. ער האָט ניט געדענקט, װען האָט ער דאָ בײַם קײַלעכיקן פֿאַרשפּרײטן טיש גענומען די פּען אין האַנט און װען האָט ער גענומען פֿאַרשרײַבן אױף דער לינקער זײַט פֿונעם לעצטן בלעטל זײַנע לעצטע זכרונות װעגן זײַן פֿאָטער, דעם אומגעקומענעם פּראָפֿעסאָר ביריוקאָװן.
    פּלוצעם האָט קיריל דערפֿילט, אַז ער איז מער ניט דער אײנציקער לעבעדיקער מענטש דאָ אין צימער. אַ קער געטאָן געשװינד דעם קאָפּ, האָט ער דערזען דעם ייִדן, װי ער זיצט אָנגעשפּאַרט מיט בײדע הענט אױף דער צוגעמאָסטעטער באַנק בײַם טיש, און דורך פֿיל קנײטשן, װי דורך טיפֿע רינװעלעך, פֿליסט בענקשאַפֿט איבער זײַן לענגלעכן טונקעלן פּנים און גיסט זיך אים אַרײַן אין די שװאַרצע לעכער, װאָס אונטער זײַנע האַלב צוגעמאַכטע אױגן.
    דערפֿילט לעבן זיך דעם צוגעלאָפֿענעם קירילן, טוט דער ייִד אַ ציטער.
    — װאָס איז? — װוּנדערט ער זיך. — מע האָט געמײנט, איך בין געשטאָרבן?
    פּאַמעלעך נעמען זײַנע אױגן זיך פֿאַרשאַרן אונטער די אױפֿגעציטערטע ברעמען, און ניט זײַן מױל, עפּעס װי זײַנע באַקן טוען אַ װאָרף אָפּ פֿון זיך די װערטער:
    — װי קען איך שטאַרבן?… איך בין דאָך אַן עדות!   

    ערב אחד בא קיריל אל דירת אהרונסקי, וכשהתקרב אל הדלת שמע זעקת כאב קורעתלב וצריחה היסטרית: "הצילו!!!"
    כך צועק אדם שתוקפים אותו ברחוב ריק, בשעת חצות אפלה. קיריל פרץ פנימה, כי היה בטוח שייתקל בהרס נורא בחדר האוכל. להפתעתו, נגלה בפניו המראֶה הרגיל. היהודי שכב כתמיד על הספסל הסמוך לשולחן, אבל הוא נראה מתוח במיוחד וידיו לופתות את החזה. באור הקלוש של נורת החשמל היחידה, שהסתנן דרך צעיף המשי הכרוך על הנברשת, אפשר היה לראות שעפעפי האיש העצומות רטובות. "כנראה התיזו מים על פניו", חשב קיריל.   
    דורה ישבה בעיניים דומעות ליד מכשיר הטלפון שניצב בפינת החדר וצעקה משהו לתוך האפרכסת.
    קיריל המבוהל גרר אותה משם. "הטלפון לא עובד", אמר לה.
    "אה, כן…"
    דורה התנשמה בכבדות, כמי שמתעורר מחלום בלהות.
    "אלוהים אדירים!", קראה, "הוא גוסס!… אולי הוא אפילו כבר מת… מה עושים כעת?… אלוהים אדירים!"
    היא הטילה מעיל על כתפיה ומיהרה לצאת כדי לחפש מכשיר טלפון פעיל ולבקש עזרה דחופה מאחד ממכריה, רופא במקצועו.
    היא יצאה בבהילות, וטריקת הדלת טלטלה את הנברשת התלויה מעל השולחן. האור הדל התעמעם לרגע, ונדמה שהנורה היחידה עומדת להיכבות.
    לפתע השתררה דממה עמוקה בחדר האוכל, וקיריל חש בעוצמה, שהלכה וגברה יותר ויותר, שהוא יושב כאן לבדו ושומר על אדם נוטה למות.
    האף של היהודי הזר הזדקר מעל עיניו העצומות ופיו החתום. כך נראים פנים מאומצים של אדם מתוח, שחותר לאיזו מטרה, ונשאר תקוע באמצע, בלי להגשים את מטרתו. על השולחן היו מוטלים הדפים עם הסיפור הלא-גמור שלו; סיפור על מיליון אנשים, שהוא היה עד למותם במחנה ההשמדה שבפאתיהעיר לבוב. מיליון אנשים! היהודי הזה נראה כעת בעיני קיריל כאחד מבעלי הייסורים הקשים ביותר בעולם.
    קיריל התיישב ליד השולחן. הוא קירב אליו את הדפים, דפדף בהם וחש משהו מוזר, כאילו הוא מציץ בכתב-יד לא גמור של שכיב-מרע. תחילה תיאר לעצמו שדפים אלה כתובים בעוצמה, בקול שלא נשמע עד עתה. להפתעתו, כל המילים והמשפטים נכתבו בשפה פשוטה ורגילה.
    באחד הדפים, שנכתבו ביובש של פרוטוקול ענייני, סוּפַּר איך אישה הרה הועמדה עירומה על שפת בור עמוק, יחד עם קבוצה גדולה של אנשים עירומים, גברים ונשים בני גילים שונים. כולם נורו למוות ונהדפו אל הבור.
    "התינוק נולד ברגע שאחד מכדורי הרובים פגע בראש האישה", נכתב על הדף, "וכשדחפו את גופתה אל הבור, הוולד נגרר אחריה בעפר, כי היה קשור אל אמו בחבל הטבור".
    קיריל קורא, ופניו מתעוותים כפני אדם שעוקרים לו שן.
    בצד השני של הדף הוא מוצא את הפרטים שמתארים את מות  מרדכי בנציונוביץ' על הגרדום. קיריל רואה שהשם של אביו, פרופסור ביריוקוב, מוזכר שם כמה וכמה פעמים, ולבו נמלא געגועים עזים ומעיקים. כעת, כשהוא יושב על המשמר ליד היהודי הזר, עולה בזיכרונו רגע משנות ילדותו: הוא ועוד כמה ילדים שיחקו בחצר, ופגעו בילד יהודי. אביו הגיע באותו רגע, ומיהר להורות לו להיכנס הביתה. אביו דיבר בחומרה רבה, וקיריל הרגיש שהוא עומד להעניש אותו. אבל כששניהם נכנסו לפרוזדור הדירה, האב נזכר במשהו דחוף, ונכנס לחדר העבודה שלו. בערב קרא לו אביו, נעל את דלת חדר העבודה, וגילה לו סוד כמוס: למען האמת, הוא, פרופסור ביריוקוב… נו, כן… שם המשפחה האמיתי שלו הוא "אברמסון". כלומר, שם יהודי… אביו הניח לו, לקיריל, לחשוב שהוא יהודי, וזה נמשך זמן רב.
    ככל שקיריל נזכר באביו, כך גברו געגועיו, וכך גברה דרישתם שהוא יבטא אותם בצורה כלשהי. בלי-משים הוא נטל עט שהיה מונח על השולחן העגול, וכתב בהמשך השורות הכתובות על הדף האחרון את זיכרונותיו על אביו, הפרופסור ביריוקוב, שהוצא להורג יחד עם מרדכי בנציונוביץ' אהרונסקי.
    פתאום הרגיש קיריל שהוא לא האדם החי היחיד בחדר. הוא הִפנה מהר את ראשו וראה איך היהודי נשען על זרועותיו ומתיישב על הספסל. הוא גם ראה את דמעות הכאב שזרמו בקמטים החרושים על הפנים הארוכים של האיש ונִקוו בשקערוריות הכהות שמתחת עיניו העצומות למחצה.
    היהודי חש בבהלה האוחזת בקיריל, והתחלחל.
    "מה קרה?", תהה האיש, "חשבת שאני כבר מת?"
    גבות עיניו התכווצו, עיניו מצמצו, ומילים עמומות בקעו ממעמקי גרונו, לא מפיו: "איך אני יכול למות?… הרי אני עֵדוּת חיה!"
   
  1. "דאָוויד בערגעלסאָן: אויסגעוויילטע ווערק, מעלוכע-פאַרלאַג פון קינסטלערישער ליטעראַטור, מאָסקווע, 1961" (דויד ברגלסון, כתבים נבחרים, הוצאת ספרים ממלכתית, מוסקבה 1961). קובץ זה כולל שש עשרה יצירות שברגלסון כתב בין השנים 1946-1907, והקדמה רחבה מאת ה. רֶמֶנִיק. מתוכו תרגמתי שבעה סיפורים ונובלה אחת ("ככלות הכול"). ראוי לציין שנובלה זו וארבעה סיפורים מתוך השבעה שתרגמתי תורגמו בידי ד.ב. מלכין, ויצאו לאור בשם "כתבי דויד ברגלסון", (ספריית פועלים, 1962). לתרגום זה שמורה זכות ראשונים, אבל כעת הוא התיישן מאוד, ולכן מצאתי לנכון לתרגמם מחדש ולצרפם לשלושת הסיפורים שתורגמו לראשונה על ידי לעברית עכשווית. "עדות חיה" הוא אחד מהם.
  2. בהקשר זה ראוי להזכיר שכמה מפרטי החיים של לוי (לב) ברגלסון, בנו של הסופר, חלחלו אל הסיפור, ואיני יודעת כיצד.

הערות שוליים

הערות שוליים
1, 2 הכוונה כנראה למחנה ההשמדה בלז'ץ, באזור שהיה אז חלק מפולין. אחרי המלחמה הוא סופח לאוקראינה.

בלהה רובינשטיין היא מתרגמת מיידיש וחוקרת ספרות. רובינשטיין זכתה בפרס הצטיינות בתרגום ספרותי מטעם משרד התרבות ב-2018, ובפרס מפעל חיים מטעם הרשות הלאומית לתרבות יידיש ב-2021. ספרה האחרון, קובץ סיפורים קצרים מאת קדיה מולודובסקי, ראה אור בהוצאת פרדס ב-2021.

ה' לייוויקמרים אגבור

די מחילה

מחילה

עממימנחם פרי

טום־באַלאַלײַקע

טוּמבָּלָלַיְקָה

אברהם נחום שטענצעלגולי דולב-השילוני

יאַן און דער ביק און די באַלאַדע פֿון דער באָרעווקע־באַבע

יאן והשור והבלדה על הסבתא מוכרת האוכמניות

הרשמה לניוזלטר איבערזעץ

תענוג! עוד מעט יגיעו אל הדואר האלקטרוני הקרוב לביתכם סיפורים ומאמרים היישר מהתנור