אַ בער איז אַ שװאַרצער, שׂרהלעס אויגן זײַנען שװאַרצע, שװאַרצינקע ווי קויל, אָבער רײזעלע איז אין גאַנצן אַ שװאַרצינקע — שװאַרצע בעקעלעך, שװאַרצע הערעלעך און שװאַרצע אײגעלעך. אַזוי שװאַרץ, ווי די קײַלעכדיקע קאַרעלן, װאָס גיטעלע טראָגט…
אַ שװאַרצינק מײדעלע מיט שװאַרצע אײגעלעך, איז זי דאָס שענסטע מײדעלע פֿון אַלע מײדעלעך. אָבער רײזעלע האָט געהאַט אַ װײַסינק פּאָפּקעלע, אַ ליאַלקעלע מיט װײַסע בעקעלעך, האָט זי אויך געװאָלט האָבן אַזעלכע בעקעלעך, װײַסינקע, ווי בײַ דעם פּאָפּקעלע.
און אַז רײזעלע פֿלעגט מיט שׂרהלען טאַנצן מיט דעם ליאַלקעלע און זינגען איר אַ לידעלע, פֿלעגט זי צולײגן די װײַסע קילע בעקעלעך פֿון דעם ליאַלקעלע צו אירע בעקעלעך און אַלײן װעלן װערן אַ װײַס מײדעלע.
האָט אײן מאָל די באָבעשי דערצײלט שׂרהלען, ווי אַזוי אַ װעלפֿעלע האָט בײַ נאַכט אין הײַזעלע, װאָס אין װעלדעלע, געקלאַפּט און געװאָלט אַרײַן. ער האָט געװאָלט אָפּנאַרן די קינדערלעך, איז ער אַװעק צום בעקער און זײַנע לאַפּעס אין מעל אײַנגעריכט — איז ער װײַס געװאָרן…
האָט שׂרהלע אויך אַזוי געטאָן.
פֿאַר נאַכט —
ס׳האָט דער שלאָף פֿאַרנומען
און אין שטיל פֿאַרטריבן
פֿײגלען אין די נעסטן,
קינדער אין די וויגן…
האָט זיך רײזעלע צוגעקליבן צו דער מאַמעס זעקעלע מעל און האָט איר פּנימל אײַנגעטונקט, איז זי אין גאַנצן אַ װײַסינקע געװאָרן. די מאַמע װאָלט זי גאָר ניט דערקענט. נאָר זי האָט פֿאַרגעסן אײן בעקעלע אײַנטונקען — האָט זי געהאַט אײן בעקעלע אַ װײַס, דאָס נעזעלע אַ װײַס, דאָס מאָרדעלע — אַ װײַס, נאָר אײן בעקעלע אַ שװאַרצס, טאָג און נאַכט, חלה און מאָן, שװאַרץ און װײַס…
האָט זיך די מאַמע צעלאַכט, אַז זי האָט זי דערזען.
און רײזעלע האָט ניט ליב געהאַט, אַז מ׳זאָל לאַכן פֿון איר. האָבן זיך טרערן געשטעלט אין אירע אײגעלעך — האָבן אירע שװאַרצע אײגעלעך נאָך מער געגלאַנצט, ווי שװאַרצע קערשעלעך, פֿרישינקע, זומערדיקע קערשעלעך.
האָט די באָבעשי געזען, אַז רײזעלע װײנט, האָט זי זי צוגערופֿן און אַזוי געזאָגט:
רײזעלע, רײזעלע, רײזעלע קרוין!
באַלד װעט דאָס שנײעלע אָנהײבן גײן,
װעסטו מיט דעם ערשטן
שנײעלע דאָס פּנימל װאַשן —
װערסטו אַ קלאָר, אַ װײַסינק מײדעלע.
האָט שוין שׂרהלע אַלע טאָג אין פֿענצטער געקוקט, צי דאָס שנײעלע איז שוין אַרויס.
און עס איז טאַקע אַרויסגעפֿאַלן —
איז געװאָרן װײַס דער דאַך, איז געװאָרן װײַס דער ברוק, איז געװאָרן װײַס אַפֿילו דער בוים, װאָס אַנטקעגן.
עס שיטן שנײעלעך און שיטן,
עס פֿאָרט דער ווינטער אויף אַ שליטן —
אַזוי װײַס, נאָך װײַסער ווי די בעקעלעך פֿון שׂרהלעס ליאַלקעלע.

ילדה שחורה עם עיניים שחורות היא הילדה הכי יפה מכל הילדות. אבל לרייזל'ה יש בובה לבנה. בובה עם לחיים לבנות. גם היא הייתה רוצה לחיים כאלה לבנות, כמו של הבובה.
וכשרייזל'ה ושרהל'ה היו רוקדות עם הבובה ושרות לה שיר, היא הייתה מצמידה את הלחיים הלבנות והקרירות של הבובה ללחייה והיא עצמה הייתה הופכת לילדה לבנה.
פעם אחת סיפרה סבתא לשרהל'ה אודות זאב אחד שנכנס לבית שביער, דפק ורצה להיכנס. הוא רצה לשטות בילדים לכן הלך לאופה ושם על רגליו קמח – ונהיה לבן…
גם רייזל'ה עשתה כך.
בלילה –
כשהשינה השתלטה
וגירשה
ציפורים לקיניהן,
ילדים למיטותיהם…
ניגשה רייזל'ה אל שק הקמח של אמא וטבלה בו את פניה. היא הפכה כולה ללבנה. אמא לא הייתה מזהה אותה בכלל. אולם היא שכחה לטבול לחי אחת – הייתה לה כעת לחי אחת לבנה, אף לבן, סנטר לבן ורק לחי אחת שחורה. יום ולילה, חלה ופרג, שחור ולבן.
כשראתה אותה אמא היא פרצה בצחוק.
רייזל'ה לא אוהבת שצוחקים עליה. דמעות עמדו בעיניה – ועיניה השחורות נצצו עוד יותר, כמו דובדבנים שחורים רעננים, דובדנים של קיץ.
ראתה סבתא שרייזל'ה בוכה, קראה אליה ואמרה:
"רייזל'ה, רייזל'ה, רייזל'ה יקרה!
עוד מעט יבוא השלג,
רחצי את פנייך עם השלג הראשון –
ותהפכי לילדה זכה ולבנה."
רייזל'ה הביטה כל היום מהחלון, לראות אם השלג כבר בחוץ.
והוא באמת צנח מטה –
הגג הפך לבן, הגשר הפך לבן, אפילו העץ שממול.
השלג ירד וירד,
רוכב על החורף במזחלת.
כל כך לבן, לבן יותר מהלחיים של הבובה.

איז שטילינקערהײט רײזעלע אַרויסגעלאָפֿן אויף דרויסן, האָט זי אין
אירע הענטעלעך מיט די קלײנע פֿינגערלעך גענומען דעם נײַיִנקן, פֿרישינקן
שנײ — איז ער אַזוי װײך געװען, אַזוי גלאַט געװען, פּוך און פּוך און װײַס —
סאַראַ מחיה! … סאַראַ מחיה…!
רײזעלע האָט געװאָלט אויפֿעסן דעם גאַנצן שנײ.
זי האָט זיך אָבער דערמאָנט, װאָס די באָבעשי האָט דערצײלט, האָט זי
גענומען דעם שנײ פֿון בריקעלע און געװאַשן דאָס פּנימל, געװאַשן, געװאַשן,
געװאַשן די בעקעלעך, שוין בײדע בעקעלעך, געװאַשן דאָס נעזעלע, געװאַשן דאָס
שטערנדל, געװאַשן די אײגעלעך.
רײזעלע וויל זײַן אַ װײַס מײדעלע…
און פּאַמעלינקעס איז זי אַרײַן אין שטוב.
אין שטוב האָט זי קײנעם ניט באַגעגנט, איז זי אַרויפֿגעקראָכן אויפֿן
קאַמאָד און אָנגעשפּאַרט זיך אויף די הענטעלעך און אַרײַנגעקוקט אין
שפּיגל. איז זי שוין אַ װײַס מײדעלע…?
— רײזעלע, רײזעלע, װוּ ביסטו אַרויפֿגעקראָכן? — האָט די באָבעשי גערופֿן — רײזעלע, רײזעלע, װעסט אַראָפּפֿאַלן…
רײזעלע האָט זיך דערשראָקן, האָט אָפּגעקערט דאָס פּנימל צו דער באָבען.
— רײזעלע, װאָס ביסטו אַזאַ רויטינקע? רויטינקע בעקעלעך… — האָט די באָבע געזאָגט…
— איך האָב זיך אין שנײ אויסגעװאַשן — האָט רײזעלע געענטפֿערט — האָסט דאָך אַלײן געזאָגט באָבעשי…
איז טאַקע רײזעלע ניט געװאָרן קײן װײַסינקע, אָבער איז זי געװאָרן אַ
קלאָרינקע, אַ רײנינקע און אַ רויטינקע, ווי אַ רויטער עפּל.
אַ מחיהדיקער עפּעלע.
רײזעלעס ליאַלקע איז אַ װײַסינקע. רײזעלע אַלײן — איז אַ רויטינקע געװאָרן.
אָבער די אײגעלעך זײַנען געבליבן שװאַרצע.
איז שטילינקערהײט רײזעלע אַרויסגעלאָפֿן אויף דרויסן, האָט זי אין אירע הענטעלעך מיט די קלײנע פֿינגערלעך גענומען דעם נײַיִנקן, פֿרישינקן שנײ — איז ער אַזוי װײך געװען, אַזוי גלאַט געװען, פּוך און פּוך און װײַס — סאַראַ מחיה! … סאַראַ מחיה…!
רײזעלע האָט געװאָלט אויפֿעסן דעם גאַנצן שנײ.
זי האָט זיך אָבער דערמאָנט, װאָס די באָבעשי האָט דערצײלט, האָט זי גענומען דעם שנײ פֿון בריקעלע און געװאַשן דאָס פּנימל, געװאַשן, געװאַשן, געװאַשן די בעקעלעך, שוין בײדע בעקעלעך, געװאַשן דאָס נעזעלע, געװאַשן דאָס שטערנדל, געװאַשן די אײגעלעך.
רײזעלע וויל זײַן אַ װײַס מײדעלע…
און פּאַמעלינקעס איז זי אַרײַן אין שטוב.
אין שטוב האָט זי קײנעם ניט באַגעגנט, איז זי אַרויפֿגעקראָכן אויפֿן קאַמאָד און אָנגעשפּאַרט זיך אויף די הענטעלעך און אַרײַנגעקוקט אין שפּיגל. איז זי שוין אַ װײַס מײדעלע…?
— רײזעלע, רײזעלע, װוּ ביסטו אַרויפֿגעקראָכן? — האָט די באָבעשי גערופֿן — רײזעלע, רײזעלע, װעסט אַראָפּפֿאַלן…
רײזעלע האָט זיך דערשראָקן, האָט אָפּגעקערט דאָס פּנימל צו דער באָבען.
— רײזעלע, װאָס ביסטו אַזאַ רויטינקע? רויטינקע בעקעלעך… — האָט די באָבע געזאָגט…
— איך האָב זיך אין שנײ אויסגעװאַשן — האָט רײזעלע געענטפֿערט — האָסט דאָך אַלײן געזאָגט באָבעשי…
איז טאַקע רײזעלע ניט געװאָרן קײן װײַסינקע, אָבער איז זי געװאָרן אַ קלאָרינקע, אַ רײנינקע און אַ רויטינקע, ווי אַ רויטער עפּל.
אַ מחיהדיקער עפּעלע.
רײזעלעס ליאַלקע איז אַ װײַסינקע. רײזעלע אַלײן — איז אַ רויטינקע געװאָרן.
אָבער די אײגעלעך זײַנען געבליבן שװאַרצע.
רייזל'ה רצה בדממה החוצה, במו ידיה לקחה את השלג הטרי והרענן בעזרת
אצבעותיה הקטנות – כה רך היה, כה עדין, כמו פלומה לבנה- כמה נפלא! כמה
נפלא!
רייזל'ה רצתה לאכול את כל השלג אבל היא נזכרה במה שסבתא
סיפרה. היא אספה את השלג מהגשר ורחצה את פניה, רחצה ורחצה. רחצה את הלחיים,
את שתיהן יחד, רחצה את האף,רחצה את המצח, רחצה את העיניים.
רייזל'ה רוצה להיות ילדה לבנה…
לאט לאט היא נכנסה הביתה. בבית היא לא ראתה אף אחד. היא טיפסה על השידה, נשענה על הידית והביטה במראה – האם היא כבר ילדה לבנה?
"רייזל'ה, רייזל'ה, לאן טיפסת?" קראה סבתא.
"רייזל'ה, רייזל'ה, את תיפלי למטה…"
רייזל'ה הפנתה את פניה לסבתא בבהלה.
"רייזל'ה למה את כל כך אדומה? הלחיים שלך אדומות" אמרה סבתא.
"התרחצתי בשלג – ענתה רייזל'ה – כמו שאת בעצמך אמרת לי."
ואכן רייזל'ה לא הפכה לבנה כלל, אלא נהייתה זכה, נקייה ואדומה, כמו תפוח אדום.
תפוח אדום ומרענן.
הבובה של רייזל'ה לבנה, רייזל'ה עצמה – הפכה אדומה. אבל העיניים נותרו שחורות.
רייזל'ה רצה בדממה החוצה, במו ידיה לקחה את השלג הטרי והרענן בעזרת אצבעותיה הקטנות – כה רך היה, כה עדין, כמו פלומה לבנה- כמה נפלא! כמה נפלא!
רייזל'ה רצתה לאכול את כל השלג אבל היא נזכרה במה שסבתא סיפרה. היא אספה את השלג מהגשר ורחצה את פניה, רחצה ורחצה. רחצה את הלחיים, את שתיהן יחד, רחצה את האף,רחצה את המצח, רחצה את העיניים.